קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
מיין טייערע לעכטיגע חבר ר' אברהם הערש זאגט מיר אזוי: משה ארי' נשמה'לע,  צו דו וועסט יא אדער נישט אריין געבן עפעס פאר די סוכות נומער, דאס דיין זאך, אבער איך מוז פארמאכן דעם מאנטאג, אז נישט איז נישט מעגליך אנצויאגן.
 
שוין, נו וואס טוט מען? וואס שרייבט מען? פונקט היינט נאך די מקוה איז מיר אריינגעקומען אין געדאנק א ווארט "א מחי' וויליאמסבורג". וואס הייסט א מחי' וויליאמסבורג? וועל איך אייך זאגן.......
 
נעכטן זונטאג זעמיר ברוך השם צוריק קיין וויליאמסבורג פון ניין וואכן אין די בערג.....
 
איר האט ליב צו רעדן פון קאנטראסט? איז, הערט!
 
אין קאנטרי האב איך יעדן טאג באקומען א זיידענעם גלעט פון די נאטור זעלבסט. א יעדן אינדערפרי, אין די ערשטע פינף מינוט פון מיין נשמה-צוריק-קערינג פון אונזער גרויסן גאט, אזוי ווי איך שפרייז צום טיר פון מיין באנגאלא אין מחנה אילן החיים ברסלב, איך געב נאר דעם ערשטן בליק ארויס פון די קליינע צוועלף אינטשיגע גלאז פון די גרויסע דיקע אלטע געלע טיר, זע איך שוין ווי די הויכע פינף שטאקיגע מיט-בלעטער-באדעקטע פון-טוי-פייכטע ביימער שאקלען זיך רעכטס און לינקס פון א קריספי ווינטעלע. עס איז ביי מיר קלאר וואס די ביימער זאגן. זיי זאגן "הייליגער גרויסער זיסער לעכטיגער באשעפער! א דאנק פאר'ן באשאפן אזא זיסע געשמאקע יאממי צוקערדיגע וועלט"!
 
יא! אזוי האט מיך די גרינע וועלט מקבל פנים געווען יעדן אינדערפרי פאר ניין וואכן!
 
יעדן טאג עקסטער האב איך זיך נישט געקענט גענוג באצויבערן פון די פאר'שיכור'נדע מחזה פון די זיסע נאטור וואס דער הייליגער באשעפער האט אנגעגרייט ארום מיין באנגאלא אז א קליין מענטשעלע ווי איך זאל קענען הנאה האבן. שכח אייבערשטער!
 
איך שפרייז מיר אזוי צו מיין קאר אין פארקינג לאט. מיין שיך באקומט א טעיסטינג פון די זיסע טוי וואס האלט די וועלט ביים לעבן. אינמיטן גיין קען מען זיך נישט צוריק האלטן פון שמועסן אביסל מיט'ן בורא עולם, וואס טראץ אלע הייליגע מלאכים וואס ער האט אין הימל גלוסט ער צו הערן וואס איך מענטשעלע האב צו פארציילן. זאג איך צום אייבערשטן "שכח אייבערשטער אז דו ביסט דא לעבן מיר און דו וואטשסט אויף מיר איך זאל האבן אלעס וואס איך דארף"
 
אזוי ביים ווינקל פון די פארקינג לאט, געב איך א באמערק דעם גרויסן מיסט קאסטן, וואס איז כמעט די זעלבע סייז ווי מיין באנגאלא. אוי. איך געב זיך א דערמאן, פארוואס האב איך נישט געקוקט אינדערהיים אויב מ'דארף ארויסנעמען די גארביטש, נו, וואס טו איך יעצט? שוין, איך בין דאך פארנומען, אפשר זאל עס מיין ווייב נעמען.
 
נאכדעם געב איך א טראכט, פארוואס פאלט דיר נישט ביי אז זי איז אויך פארנומען?!
 
גלייך טראכט איך צוריק, אבער איך בין "טאקע" פארנומען! (אבער אפשר איז  זי אויך "טאקע" פארנומען?)
 
למעשה האב איך נישט געזען א וועג ארויס פון די "גארביטש-סומאטאכע" ביז איך איך האב אפגעמאכט אז די פארמעסט פון ווער ס'איז מער פארנומען איז נישט פאר יעצט, (ווייל יעצט בין איך פארנומען......) אבער איך גיי פשוט כאפן א שפאציר ווייל די ראש ישיבה זאגט "אז דו ביסט שוין יא דא אין פעלד מיט די גראז און ביימער פארוואס זאלסטו נישט אביסל שפאצירן מיטן אייבערשטן און רעדן צו אים", האב איך גלייך געכאפט א שפאציר צו מיין באנגאלא און צוריק (יא, אויפן וועג צוריק האב איך געהאט אין די האנט עפעס א גרויסע פלאסטישע זעקעלע וואס די אינהאלט איז געווען נישט פון די בעסטע סחורה....) און אזוי שפאצירנדיג זאג איך "שכח אייבערשטער אז דו האסט מיר געגעבן א ראש ישיבה וואס דערמאנט מיך יעדן טאג אז מ'דארף געדענקען אז מיין ווייב טוט אזוי סאך פאר מיר און אז קיינער קומט מיר גארנישט".
 
אזוי האב מיר געהאט פאר ניין וואכן, גראז און הימל, ביימער און תהלים, משניות און חומש, שמועסן מיט די קינדער און דערציילן מעשיות פון צדיקים. (זארגט נישט, כ'האב געמאכט געלט אויך, און געגעסן קאקאש קעיק אויך, און געפלאטשקעט אין שווים באסיין אויך, סי'דא אסאאאאאך צייט ביין'אונז אין די קעטסקילס).
 
יעצט זע מיר זיך אויף יענע זייט האדסאן, און טאקע דא אויף די היימישע מוירטל שטראססע, הארט לעבן די בעדפארד עוועניו פייער סטאנציע וואס שיקן ארויס יעדע עטליכע מינוט זייער קולות-מאשין וואס מאכט איינעם טראכטן אז די שרעקליכע אלארם וואס די קולות-טאנק געט ארויס איז אמעריקע'ס נייע וואפן וואס וועט שטעלן אין שאטן די כוחות פון איינשטיינ'ס אטאם-באמבע.
 
איך קוק מיר ארויס פון מיין פענסטער און איך זע די קארס אויף בעדפארד עוועניו יאגן זיך קיין מאנהעטן, די סיטי-באסעס אויף מוירטל עוועניו בלאקירן די טראפיק, די בייקערס נעמען זיך אן פאר'ן בייק-לעין ווי אויף א הייליגטום, היימלאזע מענטשן נעמען צאם ביר באטלעך צו קענען קויפן ברויט (ביי יעדן מיינט ברויט עפעס אנדערש, דער יעניגער פון וואס דער מדובר איז יעצט, ביי אים איז ברויט עפעס א גערינאכץ אין א פלעשעלע מיט'ן אויפשריפט "באָדווייזער") דער דורכפארנדער פייער לעשער וואס איז אויפ'ן וועג צוריק פון א פאָלס אלארם רעגט זיך כאילו איינער שטערט אים פון אויסלעשן א פייער וואס האלט אינמיטן דערשטיקן צען מיליאן מענטשן.
 
בקיצור, אויב מ'וויל בלאזן אויפ'ן טויש פון קאנטרי צו ברוקלין, קען מען טרעפן וואס צו בלאזן. די ווייסע סיידוואק איז הייס ווי קוילן, די גרעי'ע הימל זעט עפעס אויס ווי ס'קומט א מעגע רעגן. די ביימער דא ווערן שוין ווייניגער גרין און מער ארמי-ברוין. די בעזעם טראק מאכט זיכער אז די ברוקלינער שטויב קומט אן ביז קאנארסי. די בעק פון די סיטי באס געט ארויס עפעס א סארט ווארעמע לופט וואס מ'וואלט געקענט נוצן פאר צום-טויט-פאראורטיילטע. די גארביטש טראק דרייווער מאכט זיכער אז איינס פון יעדע פיר זעקלעך זאלן אראפ פאלן אינמיטן די גאס אז די דורכגייענדע הונטלעך זאלן האבן א טעיסטינג פון די פאריגע וואכעדיגע מיטוואך'דיגע נאכטמאל.
 
אבער למעשה פיל איך עפעס אזוי ווי "א מחי' וויליאמסבורג"!
 
פארוואס? ווייל איך האב מיטגעברענגט פון קאנטרי מיין חומש, מיין משניות, מיין תהלים, מיין גמרא, מיין עצתו אמונה.
 
אז איך וועל אויפמאכן דאס חומש'ל וועט מיר זיין גוט סיי אין קאנטרי סיי אין וויליאמסבורג, אז איך וועל אויפמאכן די הייליגע משניות וועל איך אייביג פילן ווי איך בין ממש אויף מיין פלאץ און דא איז עפעס ממש מורא'דיג מעכטיג צו זיין.
 
מוהרא"ש פלעגט צו חזר'ן וואס חז"ל זאגן אויף שמואל הנביא, ס'שטייט אין פסוק "כי שם ביתו" זאגן חז"ל בכל מקום שהלך ביתו עמו, פלעגט עס מוהרא"ש אזוי שיין מסביר זיין אז א מענטש וואס רעדט צום אייבערשטן איז נישטא אזא זאך יא אינדערהיים נישט אינדערהיים, יא מענטשן נישט מענטשן, אסאך מענטשן ווייניג מענטשן, קאנטרי שמאנטרי, וויליאמסבורג, מעקסיקאו, דובאי, קאסאבלאנקא, קענטאקי, קאפענהאגן, קעזמארק, פליישמארק, פארעוועמארק, ס'איז אלעס איינס און די זעלבע.
 
ווער געדענקט נישט די הערליכע טייטש פון מוהרא"ש אויפ'ן מאמר חז"ל "שם תהא קבורתכם". חז"ל זאגן דאך אז דער אייבערשטער האט אויפגעהויבן דעם בארג סיני העכער די קעפ פון די אידן און געזאגט "אויב עטס זענטס מקבל די תורה איז גוט, אויב נישט וועט זיין "שם תהא קבורתכם". פלעגט מוהרא"ש פרעגן די קושיא, פארוואס זאגט ער נישט "פה" תהא קבורתכם, "דא" וועט זיין ענקער קבורה? פארוואס "דארט"?
 
זאגט מוהרא"ש אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר די אידן אזוי, אויב עטס וועטס מקבל זיין די תורה איז גוט, אויב נישט וועסטו האבן א "קבורה" וואס הייסט "דארט"! אייביג וועסטו טראכטן אז אויב איך וואלט יעצט געווען אויף א אנדערע פלאץ וואלט איך געווען פרייליך, דא קען איך נישט יעצט זיין פרייליך, אזוי ווי מ'זעט אסאך מאל פורים מענטשן לויפן ארום צו טרעפן "די מצב", וואו איז די מצב? (ס'איז נישט נאר פורים,  נאר פורים איז עס גרינגער צו זען)
 
מענטשן טוען אלץ און אלעס צוציקומען צו די "מצב" וואס איז פרייליך, צו די "צייט" וואס איז פרייליך, צו די "פלאץ" וואס איז פרייליך, צו די "מענטש" וואס איז פרייליך, אבער די פרייליך פון אונזער הייליגער שמואל הנביא איז "יעצט" און "דא".
 
מוהרא"ש פלעגט דאך אזוי זיס רעדן פון דעם ביים לערנען תורה כ"ד אין ליקוטי מוהר"ן. די רבי רעדט פון די גמרא אין בכורות וואו דער קיסר פון רוים האט געשמועסט מיט ר' יהושע בן חנני' און געפרעגט שאלות צו הערן זיין קלוגשאפט, האט דער קיסר געפרעגט, וואו איז די מיטן פון די וועלט? האט דער הייליגער ר' יהושע בן חנני' געענטפערט "דא"! פרעגט דער קיסר ווי אזוי ווייסטו? זאגט דער הייליגער תנא "ברענג שטריק און מעסט עס אויס"!
 
פלעגט מוהרא"ש זאגן, וואו איז די בעסטע פלאץ אין די וועלט? דא? און ווי אזוי קען איך קומען צו די מדריגה אז איך זאל פילן אז דא איז מיר גוט? דורך שמחה! אז איך וועל זיין פרייליך, וועט מיר זיין איבעראל גוט, און אז איך וועל נישט זיין פרייליך, וועל איך נישט ווערן פרייליך אפילו אין בויבעריק אליין. (געב א קוק דארט אין תורה כ"ד, וועסטו זען ווי אזוי דער חכימא דיהודאי מוהרא"ש זי"ע פלעגט לערנען די טיעפסטע קבלה'שע ענינים מיט א וועג פון לעובדא ולמעשה, וואס זאל איך טון "יעצט")
 
און אז דער אייבערשטער העלפט און מ'האט די זכי' צו פאלגן א צדיק און זאגן א פרק משניות איז גרינגער צו טראכטן אז "דא איז גוט".
 
יעצט אז איך האב שוין יא מיטגעברענגט די משניות פון קאנטרי, קען מען שוין גוט זינגען דעם ניגון "א מחי' וויליאמסבורג" "א מחי' מוירטל עוועניו, א מחי' בעדפארד, א מחי' פייער לעשער, א מחי' גארביטש טראק, א מחי' בעזעם טראק, א מחי' טרעפיק, א מחי' בייק לעין"