ער מישט… ער מישט… מישט אהער מישט אהין, בלעטל'ט אהער בלעטל'ט אהין… אבער ווי עס זעט אויס קען ער נישט געפינען וואס ער זוכט.
 
פון דער זייט קוק איך מיך צו מיט א האלבע אויג, איך קוועל פון נחת אז ברוך השם מיין זון בלעטל'ט אינעם חומש, א בחינה האט ער נישט, און איך האב אים אויך נישט געשטעלט פאר א קרייץ פארהער, געלויבט דעם אייבערשטן אז ער זוכט עפעס אינעם חומש, ברוך השם אז דאס איז וואס ליגט אים אין קאפ אין די פרייע צייט פון חדר, ווער ווייסט אפשר זוכט ער עפעס א ראשי תיבות אויף זיין נאמען, אדער גאר האט זיין מלמד זיי געזאגט עפעס א חידה וואס ליגט באהאלטן אין די פרשה… ווער ווייסט.
ווי א גוטער טאטע, שטיי איך אין די זייט, איך גיי מיך נישט מישן אין זיינע זאכן, לאז אים אליין וואקסן, אדרבה זאל ער אליין זוכן און געפינען אין די תורה וואס ער זוכט.
ער מישט די בלעטער אין פרשת יתרו, אלע באהאלטענע שיינע ענינים זע איך האט ער שוין געטראפן, זיינע אויגן האבן שוין געספא"ט דעם 'ויהי ממחרת'... יא! עס איז א פסוק אין פרשת יתרו, אזוי נישט קוקענדיג… האב איך באמערקט דאס שמייכל וואס האט זיך ארויפגעצויגן אויף זיין פנים, זעט אויס אז ער האט זיך דערמאנט די זעלבע זאך וואס איך האב מיך דערמאנט ווען איך האב געטראפן דעם 'ויהי ממחרת' ביים מעביר סדרה זיין… 
אבער ניין ער זוכט ווייטער, זעט אויס אז נישט דאס האט ער געזוכט, איך לערן ווייטער מיינע פרקים משניות אויף מיין פלאץ, אבער איך האלט מיט מיט א האלבע אויג ווי ער מישט ווייטער, יעצט מישט ער שוין אריין צו די הפטורה, אפשר אין די הפטורה וועט ער טרעפן וואס ער זוכט, נאך א שמייכל האט זיך אים אויסגעצויגן אויף זיין פנים, דא האב איך שוין נישט געקענט באהאלטן מיין נייגער, וואס איז שוין דא צו שמייכלען אין די הפטורה, איך געב אים א פרעג: "וואס האסטו דארט געטראפן? וואס גייט פאר? ס'דא עפעס א ווערטל אין די הפטורה?" ניין! זאגט ער, עס איז פשוט אינטרעסאנט ווייל אין די פרשת שטייט ויהי ממחרת! און אין די הפטורה שטייט "וינועו אמות הסיפים", ס'איז זייער אינטערעסאנט געווען פאר זיין יונג מח'ל צאמצושטעלן די צוויי פסוקים, איך האב נאך דאן נישט געהאט געלערנט די הפטורה, אבער איך האב הנאה געהאט ווי די קאפ ארבעט אים, ווי ער האט שיין צאמגעשטעלט די צוויי פסוקים ויהי ממחרת מיט וינועו אמות הסיפים, איך טראכט צו מיר: דא קען נאר אזא איינער לאכן, נאר דער וואס הערט גוט אויס די שיעורים פון מוהרא"ש און פונעם ראש ישיבה.
איך האב טאקע גוט הנאה געהאט אז ער איז גוט מחונך, א ברסלב'ע יונגל, אבער איך זע ווי ער איז ווייטער נישט צופרידן ער זוכט, ער מישט, ער בלעטל'ט, צום סוף געבט ער מיר א שמיר אונטער דעם חומש: טאטי! עס שטייט נישט די ווערטער "נעשה ונשמע" אין די גאנצע סדרה! ווי אזוי קען עס זיין?
און ער איז נישט מער ווי גערעכט, דא ברענגט יעדער אהיים נעשה ונשמע קרוינען, די מאמע האט געבאקן צוויי פיינע נעשה ונשמע בארכעס, די באבע האט אריבער געשיקט לכבוד שבת מתן תורה, צוויי ספעציעלע נעשה ונשמע קוגלען, אלע תורה'ס און ניגונים דרייען זיך ארום דעם נעשה ונשמע, און ניטאמאל שטייט עס אין די תורה!? א שטארקע קשיא!
ווי נישט, איך בין דאך פונעם אלטן דור, איך קען באשטיין אביסל א טשעלענ"דש, איך גיי אים נישט שוין געבן א פאק אויס די תירוץ אין איין מינוט, אז עס איז שוין יא אזוי זאל ער אביסל שוויצן דערפאר, איך געב אים א זאג: שעפעלע געב נישט אויף, זוך נאך אביסל, זוך! הפך בה והפך בה… אבער טאטי! איך האב געזוכט און געזוכט איך האב דורכגעקוקט יעדעס ווארט אין די גאנצע פרשה, און… עס שטייט נישט די ווארט נעשה ונשמע!? איך געב נישט אויף און ער געבט נישט אויף, ער זוכט און איך לאז אים זוכן…! זוך אביסל ארום וועסט עס טרעפן.
די וואך מיטוואך, עס איז נישט אזא לאנגע סדרה פרשת משפטים, אזוי בשעת'ן מעביר סדרה זיין קומט ער צו לויפן מיט איין שמחה: טאטי איך האב עס געטראפן! ער ווייזט מיר אינעווייניג אינעם חומש  ויקח ספר הברית ויקרא באזני העם ויאמרו כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע.   
זעסט איך האב דיר געזאגט אז דו וועסט עס טרעפן, איך האב אים צוגעגעבן, די ווייסט עס זענען דא אסאך מענטשן וואס ווייסן נישט אז עס שטייט נישט די ווערטער "נעשה ונשמע" אין פרשת יתרו, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט מעביר סדרה און דו לייגסט צו קאפ און דו האסט אויפגעכאפט אז עס שטייט אין פרשת משפטים און נישט אין פרשת יתרו.
אבער דאס האט מיר שוין געמאכט טראכטן… קענסט די באקאנטע קשיא, לאו דווקא ביי דעם שטיקל, נאר בכלל די אידישע קאפ פרעגט אלעמאל, הא גופא קשיא?! פארוואס טאקע?! און דא טאקע פרעגסט זיך אויך די קשיא, און בענאזאם… מיין זון געבט זיך א כאפ ארויף אויפן וואגן: טאטי! פארוואס טאקע? פארוואס טאקע שטייט עס נישט ביי מתן תורה, פארוואס שטייט עס הערשט נאר שפעטער ווען די תורה דערציילט אז משה רבינו האט זיי פארגעליינט די תורה דעמאלטס שטייט אז זיי האבן געזאגט נעשה ונשמע.
 
***
 
ער מישט… ער מישט… מישט אהער מישט אהין, בלעטל'ט אהער בלעטל'ט אהין… אבער ווי עס זעט אויס קען ער נישט געפינען וואס ער זיכט…
 
אבער פיל ווייטאגליכער ווי דאס וואס מיין זון זוכט… זוכט ער דער יונגערמאנטשיקל… ער מישט… ער זוכט… ער זוכט זיין נשמה איז עפעס נישט צופרידן… וואס גייט פאר? וואס זוכסטו? איך האף, איך בענק, איך וויל אזוי אזוי שטארק אז דאס זוכן זיינע זאל בלייבן נאר אין די חומש אין אין הפטורה, אין ערגסטן פאל אין די מפרשים אבער נישט ווייטער.
אבער ליידער האט זיך עס אויסגעשטעלט ער האט אנגעהויבן זוכן, אנגעהויבן האט זיך עס אלס א סורט"ש ענ"ד רעסקי"ו (חיפוש והצלה בלע"ז) די זוך אקציע איז טאקע נאר געווען אינערהאלב די תורה, אבער נישט געפינענדיג את שאהבה נפשו, נישט קענענדיג געפינען א קוואל וואס זאל שטילן זיין דורשט, איז ער מיט א פיס אריין אין ספרי חקירה, און רבונו של עולם פון דארט ביזן תהום איז דאך שוין ממש א קליין שטיקל שיטראק… אין שאול תחתית דארט איז שוין זייער ברייט, עס איז נישט דא וואס צו זוכן דארט, אבער מען קען דארט זוכן אין גארנישט געפינען פאר זייייער א לאנגע צייט… 
ער האט נישט באקומען די ריכטיגע נערונג, און אנגעהויבן זוכן מיט א תמימות, ווען אינמיטן זוכן האט ער זיך באגעגענט מיט די הערליכע וינועו אמות הסיפים, דאס איז שוין טאקע געווען ביים קלימאקס, ווען די מוזיק האט געבראכן דאס שא-שטיקלייט, און מיט איין דינער'דיגען בראך אריינגעריסן דעם טויזענט קעפיגער עולם אינעם געדריי פון נאסע דביקות'דיגע שלענגעלערייען, הונדערטער טויזענטער רייען פון ענדלאזע רינגען, אוח! די רייכע ארקעסטרע אזוי הימליש קינצלעריש ארייצופלעכטן ניגונים איינס אריין אינעם צוויייטן, עס זעט נישט אויס ווי עס ענדיגט זיך די גן עדן, נישט אויסגעלאזט קיין חסידישער הימנע, קיין שום חסידישע קאמפאזיטאר איז געבליבן אומבארירט, אנגעהויבן פון דורכגעווייקטע קארלין-סטאלינער מעלאדיעס, אין פון איין היכל אריין צום מוזידשזער חדר, און פאכמאניש דער וועלט פון חב"ד, אוח א וואלכעל, א מארש'ל, א יענקל תלמיד'ס, ביז צו א רבי יונטעל, אה מה נהדר היה מראה, אוי די מראה ווי זאגט ער אוח פרודזשעקטורים ליכטן אורות אוראט… די נשמה ווערט א מינוט צו מינוט זאטער! דאס איז עס! דאס איז וואס זי האט אזוי געזוכט, אוי הלואי זאל דער רבי חתונה מאכן יעדן טאג, ווייסטו וואס כאטש איינמאל א וואך, די קלימאקס… די מוזיק געבט זיך פלוצלונג א שטעל אפ די אויערן קלינגן נאך, די געפילן שוועבן נאך, און פון דערווייט ווייטענס דערזעט מען דעם רבי'ן ערשיינען, אלע פראכטן אין דער וועלט, אה דער רבי וואונשט, דער רבי געבט איבער זיינע הייליגע דברות קודש.
וינועו אמות הסיפים, די ווענט האבן זיך געשאקלט!
דער נאכט איז פארביי
דער יונגערמאן קומט אהיים אויף א היי
עס קומט א טאג פון דאס ניי
מיט די נעכטיגע השפעות  וויל ער געבן א טריי 
ויהי ממחרת די השפעות זענען טאקע געבליבן,
אבער ווי בין איך אין די וועלט…
אוי א געוואלד אוי א געשריי
 
***
 
ער מישט… ער מישט… מישט אהער מישט אהין, בלעטל'ט אהער בלעטל'ט אהין… אבער ווי עס זעט אויס קען ער נישט געפינען וואס ער זוכט…
 
דאס מאל האט מען אויס געווארט, אין עס איז געלונגען צו קויפן א גוטען זיץ, דאס מאל וועל איך מיך זעטיגן מיין נשמה מיט די הערליכע ימים נוראים, עס איז נישט צום באשרייבן די תשרי, אוי ווי זיס דער גאט פון אידישע קינדער האט אזוי שיין אויסגעשטעלט די הייליגע טעג, עס הייבט זיך אן מיט א' סליחות, עס טריפט שוין אין הארץ א פרייד טרערן גיסן שוין ווען מען זעט נאר די מחזה הוד די פערפעל שווארצע טעפיך וואס באדעקט די קעפ, אוי מי כעמך ישראל, די גאסן ווערן פון אויבן נענטער צום ליכטיגער קאליר אבער די גאסן ווערן ווי א מינוט געדעכטער און שווארצער געפאקטע גאסן ווערן איבערגעפילט פון די טויזענט קעפיגער עולם וואס שטורעמט כי שם לבו שואף זורח.
און די קלימאקס איז שוין אנגעקומען שטייענדיג צעקוועטש צווישן אלפי אלופי רבבות ישראל, און עס רייסט זיך ארויס דעם ערשטן אמן יהא שמיה רבא, אוי די התעוררות ברעכט דורך אלע וועלטן.
 
***
 
ויהי ממחרת 
ער מישט… ער מישט… מישט אהער מישט אהין, בלעטל'ט אהער בלעטל'ט אהין… אבער ווי עס זעט אויס קען ער נישט געפינען וואס ער זוכט…
א דורשטיגע נשמה זוכט און נישטערט דא געבט זיך א צושמייכל ווען עס קומט א וינוע אמות הסיפים, אלע ווענט ציטערן פונעם זעקסטע הקפה פונעם קדיש תתקבל
אה די פייער פלאקערט ביי די הדלקה ל"ג בעומר עס צינדט אן אלע געפילן, עס צולאזט אלע גלידער, אבער די ווייטאגליכע 'ויהי ממחרת'..... פארוואס קען מען נישט בלייבן ברענען? 
 
ער מישט… ער מישט… מישט אהער מישט אהין, בלעטל'ט אהער בלעטל'ט אהין… אבער ווי עס זעט אויס קען ער נישט געפינען וואס ער זוכט…
 
וואס איז דאס פארוואס איז מיין נשמה אזוי שוואך פארוואס איז מיין נשמה אזוי אויסגעלאשן, איך בין דאך שוין געווען זיכער אז איך האב באקומען די ריכטיגע ברענשטאף, און איך האב טאקע באקומען, אבער פאר עפעס א סיבה קען איך נישט, עס ברענט אויס נאך יום טוב נאך ימים נוראים, די געזאלין וואס איך באקום פון די שמחת בית צדיקים האלט אן פונקט פאר די שבעת ימי המשתה אבער וואס איז מיט מיר, צו האט מיין גאז טאנק א לאך, פארוואס איז דאס אז ווען איך פארלאז מעמד הר סיני די פייערדיגע קבלת התורה דעם קומענדיגע טאג בין איך שוין ווייטער אויסגעלאשן?
 
***
 
מיין זון קוקט מיך אן, ער שטייט נאך אלס דא? אוי שעפעלע טייערער זאג מיר נישט אז דו ביסט מיטגעפלויגן מיט מיר אויף די אלע פלעצער ווי איך בין יעצט געפלויגן, אוי שעפעלע טייערער, א קניפ אין בעקל, דו ווארטס דאך אויף א תירוץ, איך ווייס שוין די תירוץ, אבער דו ווייסט שוין אויך די תירוץ?! 
ביי קבלת התורה איז נישט קיין קונץ, נישט דארט וועט די תורה אריינלייגן דעם ספאנטאן אויסברוך: "נעשה ונשמע" ניין! שעפעלע ווען מען שטייט מיט אפענע הימלען, מלאכי השרת באגלייטן און טאנצן פארן איד, ווען עס קלינגט אפ מסוף העולם, די שכינה אליינס קומט אראפ, די מתיקות אוח! די נשמות פליען ארויס ביי יעדע דיבור עקסטער, עס דינערט עס בליצט, מסוף העולם ועד סופו הערט מען אנכי ולא יהיה לך, אלע פעלקער צולויפן זיך פאר פחד, דא איז נישט קיין קונץ צו שרייען נעשה ונשמע!
ניין! עס איז נישט קיין קונץ, אודאי שרייט זיך פון זיך אליינס ארויס נעשה ונשמע, ווער איז משוגע נישט שרייען נעשה ונשמע מיט מסירת נפש גרייט אריינצוטאנצן אין פייער.
 
יעצט לאמיר זען, עס הייבט זיך אן א פרישע פרשה ויהי ממחרת…
אוי שלימזל געבארגט און אנגעזעצט… ווערן פארקויפט פאר א קנעכט… ער קומט אליין ער גייט אליין… אוי ווי ווייט א אידיש קינד זיך אזוי דערקייקלן… אזעלכע ווערטער זאגן… איך האב ליב מיין הער מיין ווייב און מיינע קינדער… ווי א חדר יונגל ווערט ער געפירט צום דלת אדער צום מזוזה… 
אוי וויי און ווינד א אידיש מיידל ווערט פארקויפט ווי א ביליגע דינסט… נעבעך זיך פארטשעפעט ממש ביז מכה איש ומת… אוי געוואלד שלאגן א טאטע? שלאגן א מאמע?.... גנב'ענען?… גונב נפש ומכרו זאגט זאך רש"י?… ווי בין איך? שעלטן טאטע שעלטן מאמע?… זיך קריגן… א אויג פאר א אויג…
אינגאנצן פארטון אין די ביזנעס… שלאגט זיך וואטש! ווי האקסטו אריין… שוין אריינגעזעצט… אוי אזוי פארטון אין הבלי עולם הזה די קאר (די אקס) האט אים אריינגעקראכט… ער קען נישט וואטשן… שוין נישט דאס ערשטע מאל… מען האט אים דאך שוין געווארענט… העלאו! ווי גראבסטו דא… געב אכטונג… מענטשן שפאצירן דו מאכסט דאך א בור ברשות הרבים… אזא הפקירות גנב'ענען יענעמס בהמה… גזל'נען אוי וועסטו באצאלן בכפלי כפליים… פייער'ס אנצינדן… קענסט נישט וואטשן אויף יענעמס נכסים איז איין זאך אבער אונס ומפתה?...
אה! נישט אומזיסט האט זיך פרשת משפטים פארדינט איר קלונגעדיגע צונאמען די פרשה פון בלעכענע הויזן, אוי מיט אזוי פיל אכזבות מיט אזויפיל דיסעפוינטמע"נט'ס דארף מען שוין איינמאל גיין מיט בלעכענע הויזן…  און דאס איז איינמאל זיכער אז דאס איז די אנדערע קאנטרעס"ט פון די פייערדיגע מתן תורה, עס פינלקט נישט, עס פייערט נישט, אויף אזא צייט דארף מען זיך אנגארטלן מיט אמת'ע ווערטער פון א צדיק, הערן דעם קול פונעם צדיק: ווי דו ביסט, ווער דו ביסט, ביסט אויסגעלאשן, ביסט פארטון אין הבלי עולם הזה, ביסט נאך מיט א שטאפל אראפציר, עס איז שוין ליידער נישט נאר הבלי עולם הזה, ביסט שוין פארקנעכטעט צו דיינע געוואוינהייטן, דער הר סיני פלאמט… יא! עס פלאמט גאר א אנדערע פייער, עס טוט זיך אנדערע  קולות וברקים… עס שטורעמט די מוח נישט קיין איד נישט קיין גוי, הער די קול פונעם צדיק: דער אייבערשטער איז דא! כאפ אריין רעד ארויס פון דארט ווי די ביסט איין ווארט צום אייבערשטן.
דער צדיק דערמאנט דיך אין דיינע אלע פארשמירטע פלעצער, ווי דו ביסט נאר געפאלן, עס איז שוין לאנג ויהי ממחרת, אלע קבלות זענען שוין פאר'ראסט'עט (פארדזשאוועט) געווארן, נו? נו? 
 
ער מישט… ער מישט… מישט אהער מישט אהין, בלעטל'ט אהער בלעטל'ט אהין… אבער ווי עס זעט אויס קען ער נישט געפינען וואס ער זוכט…
 
דא האסטו א ספר, א סידי, נעם צו! נאדיר א קארטל, דא האסטו א נומער ווי מען קען הערן חיזוק, צדיק אנטלויף נישט! דא האסטו א קונטרס, דא האסטו א ווארט! א לעק! א חיזוק יומי, ווען דו ביסט ווייט! ווען דו ביסט אנגעטון אין בלעכענע הויזן, ווען דו ביסט אין משפטים! דו ביסט אין דינים! דו ביסט ווייט פונעם רבי'ן! דו ביסט ווייט פון א ווארימע חסידישע ניגון, דא ווי איך ארבעט הערט זיך מער זיד (סאו"ט) אמעריקאנישער דזשע"ז, דא אידעלע נעם! עס וועט דיר גוט ווערן, קוק אריין דא, עס וועט דיר לעטיג ווערן!
  
הערסטע? ווען מען גייט אוועק פון קבלת תורה און מען קומט צו מקיים זיין די תורה יעצט איז א קונץ צו שרייען נעשה ונשמע!