קוקסט מיך אזוי אן… סוכות שני… אבער לאמיר דיר פרעגן באמת, ווי אזוי וואלסטו אנגעקוקט אזא זאך ווי "סוכות שני", לאמיר אביסעלע ניצן דעם כח המדמה… גרייט?
 
א איד איז געבליבן שטעקן ערגעצוואו, עס ווערט אלס נענטער און נענטער צו י"ד תשרי, אבער ער געפינט זיך אין א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין לולבים קיין אתרוגים, מען זעט נישט קיין איד פאר די אויגן, קיין סוכה, קיין שול, קיין הושענות. אזוי איז אים אריבער די הייליגע יום טוב סוכות, ווייט פארשטופט. ענדליך יום טוב איז אדורך, ער קומט צוריק צווישן שלומי אמוני ישראל, ער איז דא צוריק אינעם היימישן געגענט, בתוך עמי אנוכי יושבת, אוי! עס כאפט אים אן אזא בענקשאפט, אזא תשוקה, ער זעט עס ליגט שוין ביי יענעם דאס אתרוג אין קאך, אזוי נישט מיר נישט דיר, עס וואלגערט זיך שוין, א פיטום? שוין לאנג נישט… ער ליגט אזוי בקרן זוית דארט אויפן קאונטער גרייט צו מאכן דערפון פיינע איינגעמאכט'ס לכבוד חמשה עשר, אבער אים כאפט אזא בענקשאפט, פארפאסט די גאנצע סוכות, די נענועים, די הושענות, די הלל'ס.
 
ער שפאצירט אריין אין שבת שטוב, דער לולב בליקט אים ארויס פון העכער די ספרים שאפע, אוי פונקט מיטן שפיץ מוז ער זיין ארויסגעשטעקט ממש דער שטעכט אים אין די אויגן, אין די זייט ליגן שריים פון הדסים, אפ! א בלעטעלע פון די ערבה פליסטערט אראפ, ממש ווי צו טשעפענען מיט אים, אוי! ווי בין איך געווען, וואס איז מיט מיר, גאנץ כלל ישראל האט געפייערט אזא געהויבענעם יום טוב, און איך בין געווען ערגעץ חוץ לשלוש מחנות,  ווייט פון אלעמען.
 
מיט איין אטעם לויפט ער צום לשכת הגזית, צו די זקנים, צו די סנהדרין, ער לויפט צום אוהל מועד אנקלאפן ביי די טירן פון די גדולי ישראל, ער פלאצט אויס אין א געוויין: "רבינו משה", וואס וועט דא זיין, איך בין געווען אונטערוועגנס, איך האב פארפאסט דער הייליגער לולב, די אתרוג, די הושענות, אה די הערליכע יום טוב סוכות, עס בענקט מיך, ער שרייט אויס פון טיפעניש פון הארץ "למה נגרע" וואס בין איך עפעס אונטערשטעליג, וואס בין איך שולדיג, "לבלתי אחוג את חג השם" אז איך האב נישט זוכה געווען צו שאקלען לולב, זיצן אין די סוכה, מקיים זיין אלע מצוות החג.
 
עס זיצן די זקנים, אהרן, אינדערמיט דער גרויסער מנהיגן של ישראל דער צדיק יסוד עולם משה רבינו, עס פליסט זיי מיט די טרערן, צו הערן אזא געשיכטע, נישט קיין קלייניקייט, עס שפירט זיך מיט די צער פון דעם איד, זיי טראכטן צו זיך, אוי ווען עס וואלט געשען צו מיר אזא זאך, לייג דיך אריין אין יענעמס מצב, איי איז עס פיינפול, נו! נאכן גוט אריינשפעקולירן אין די מצב, משה רבינו פארברעכט מיט די הענט! וואונטש אים אן א שיינע ברכה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז איבער'ס יאר זאלסטו זוכה זיין ביתר שאת ויתר עז, וואס איז שייך צו טון, אז דו ווילסט דווקא, אפשר זאלסטו יעדן טאג צולייגן נאך א פרק משניות אנצופילן  די חסרון אין דיין נשמה וואס איז געבליבן.
 
אפשר וואלט זיך געענדיגט די סיטואציע אזוי! אדער אפשר… אפשר גאר וואלטן מיר זוכה געווען צו א סוכות שני? נא! ווען? אינמיטן חשון? סוכות שני? יא? ווער ווייסט? אפשר!
 
נו! וואס זאגט איר צו אזא זיסער דמיון… איר זענט גרייט אויף נאך? מיר קענען אריינקריכן לאו דווקא אין די צייטן פונעם מדבר, לאמיר טראכטן ווי אזוי עס קען זיך אויסקאכן א "חנוכה שני"... א שבועות שני, יעדער יום טוב "שני" של גליות.
 
וואס זאגט איר וועגן "ראש השנה שני"? נישט בייגעפאלן! הע? וואלט געווען גאנץ אינטערעסאנטליך! נישט שלעכט תקיעת שופר אינמיטן חשון, ווער רעדט נאך א ברסלבער… אוטש! אומאן 'מיט א באן צו מיט אן עראפלאן', ראש השנה שני ביים רבי'ן… א' מרחשון… דער רבי קומט אריין געבן דעם פתיחה דרשה… האלב ישיבה פעלט… וואס גייט פאר? "ראש השנה שני"... דאס קען אויפרעגן, אנהייב זמן נו? הע?
 
אוהה! יום כיפור שני, אינמיטן די הו הא פון לויפן מאכן געלט, קארס פייפן עס טוט זיך, מען קומט און גייט, פלוצלינג שטארצט ארויס דארט איין אידל, ער שפאצירט זיך מיט די קרא"ק'ס, אנגעטון אינעם קיטל, אויפן קאפ דער ווייס פארגעלטער קאפל, דער טאביק פישקעלע אין איין האנט, דער מטה לוי אינעם צווייטן האנט, איין מינוט וואס ליגט דארט אין זעקל? יא! איר האט צוגעטראפן, דער טראדיציאנאלער לעמאן אריינגענאגלט מיט בשמים נעגעלעך, אלע וואלטן געוואלט א סעלפי מיט דעם איד, ער ווייזט אבער מיט די פינגער נא! נו! אזא הייליגער מאמענט כל נדרי, "יום הקדוש שני", אז די כח הדמיון ארבעט, נו ווער לאזט דיך נישט.
 
 
איך וואלט געגאנגען ווייטער אבער איר זענט שוין אומגעדולדיג, איר וואלט אפשר געוואלט הערן וועגן "פורים שני", דא קענסטו שוין אפשר מער קאנעקטן, פורים איז דאך א יום טוב וואס קיינער וויל נישט פארפאסן, נו! מאכט זיך, זאל זיך נישט מאכן, איך בין אריינגעפאלן אין א דערפל, אין איינע פון די שטאטן, מען זעט דארט נישט קיין איד פאר די אויגן, וואפפ… איך געב מיך א כאפ ביים קאפ, אוי! עס איז דאך תענית אסתר היינט, ווי בין איך אויף די וועלט וואס וועט זיין מיט קריאת המגילה, מיט משלוח מנות, מתנות לאביונים, די פרייליכע פורים'דיגע גאסן, אפגערעדט פארפאסט די מאביל'ס… דאס איז דאך ממש טשיילד אביוז… פורים אין די מרחקים, ווער קען זיך דען אויס'משל'ן די מער פון אזא איד, עיניהם של עניים נשואות במקרא מגילה, קינד און קייט ווארט מיט בענקשאפט א גאנץ יאר, מען קוקט ארויס אויף דעם ליסטיגן יום טוב פורים.
 
אבער עס איז אירעלעווענט, פורים שני קומט נישט אין באטראכט בכלל, עס שטימט נישט געאגראפיש… ווייל עס קומט אויס פסח, אין מערבין שמחה בשמחה, אבער באמת פורים איז נישט אזא רחמנות, ווי נישט האט שוין באקומען דאס זייניגע, עס איז דאך דא יעדע דריי פיר יאר א פורים קטן, טאקע א חודש בעפאר אבער עס האט זיך זיינע בענעפיטן.
 
אבער אנדערע ימים טובים, נו א איד האט פארפאסט, פארפאסט איז פארפאסט, געענדיגט, מען דארף זיך ריקן אין לעבן, ווי זאגט יענער, אברהם האט פארפאסט שחרית, יצחק מנחה, יעקב מעריב, און איך… נעבעך פארפאסט אלע דריי… פארפאסט איז פארפאסט, מען גייט ווייטער.
 
אויב אזוי הייבט זיך טאקע אן די קשיא אויב פארפאסט איז פארפאסט נו וואס האט פסח זוכה געווען, אידן זענען געווען טמאים לנפש אדם, און זיי האבן פארפאסט דעם גאנצן פסח, זיי קומען צו משה רבינו אוי! טייערע רבי! מיר זענען אזוי טיפליך צעבראכן, למה נגרע לבלתי הקריב קרבן השם, מיר האבן פארפאסט די הייליגע טייערע קרבן פסח, פארוואס זענען מיר ווינציגער פון יעדן איד, וואס זענען מיר שולדיג אז מיר זענען געווען טמאים לנפש אדם און מיר האבן נישט געקענט מקריב זיין די קרבן פסח, די שאלה בלייבט הענגען אין די לופט, נאטירליך וואס וואלט געברויכט זיין די אנטווארט פונעם רבן של ישראל, טייערע אידן איך האב מיט אייך זייער מיטלייד, איך האב אויף אייך זייער רחמנות, איך זע אייער הארץ, אבער פסח איז אריבער עבר זמנו בטל קרבנו, עס איז געענדיגט, נעקסט, איר מוזט ווייטער אנגיין אין לעבן, מען קען נישט צוריקרוקן דעם זייגער.
 
אבער דא זעט מען א מורא'דיגע פלא'דיגע מעשה, משה רבינו זאגט זיי, א מינוט! ווארט צו! "עמדו ואשמעה מה יצוה השם לכם", שטייט דא לאמיך אנפרעגן ביים אייבערשטן וואס מען טוט דא, און צו אלעמענס ווינדער, עס איז באשאפן געווארן א נייע תורה, א נייע מצוה, א נייע דערהער, דאס לעצטע וואס א מענטש זאל קענען טראכטן האט פאסירט, "וידבר השם אל משה לאמר איש איש…" די גאנצע פרשה, פון היינט און ווייטער יעדער מענטש וואס וועט זיין ווייט פון בית המקדש, אדער געווען טמא און וועט נישט קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח, עס איז דא א "פסח שני" וואו! עס איז נולד געווארן א נייער יום טוב, י"ד אייר וועלן די אלע קענען קומען אין מקריב זיין דעם קרבן השם.
 
עס כאפט טשילס ווען מען טראכט אריין דערין מיט א אויסגעריטע קאפ, עפעס ליגט דא, עפעס א אוצר ליגט דא אינעם פסח שני, עפעס א אויסערגעווענטליכע לימוד לערנט אונז דער פסח שני, איך וועל אייך זאגן נאכמער עס ווינדערט נישט אזוי שטארק די תשובה וואס זיי האבן באקומען, עס ווינדערט סאך מער די גאנצע געזעמל אידן וואס קומען צו משה רבינו, דאס בכלל אויפברענגען, וואס איז די שאלה בכלל? איר האט פארפאסט פסח, געגאנגען ווייטער, וואס האבן זיי געטראכט אז משה רבינו גייט טון, ווי קומט דא בכלל אריין די שאלה, עס הערט זיך זייער זייער מאדנע, וואס פונקטליך האבן זיי געוואלט אז משה רבינו זאל זיי ענפערן.
און דער אמת איז, די קשיא איז די תירוץ.
 
***
מאמי שרייט מיין קליינער ווי איז די באס, בעט דעם אייבערשטן וועט די באס קומען, אה מען זעט די באס, אה א מעשה פון תפילה די באס איז דא. נאך א מזל אז דער למדן הערט נישט די קאנווערסעישין, ער וואלט צופיקעוועט געווארן, וואס הייסט א מעשה פון תפילה, די באס איז דאך געווען א גאס אוועק, ווי קומט דא אריין "א מעשה פון תפילה", מילא ווען די באס איז צובראכן און עס פארט בכלל נישט און מען בעט דעם אייבערשטן אז די באס זאל פארן, שוין דאס איז א מעשה פון תפילה אבער א זאך וואס עס איז אונטערוועגנס, און עס קומט עס איז דאך נישט ארויסגעפארן דורך דיין מעשה פון תפילה.
 
***
ווי… קומט… עס… דא… אריין…
ווארט! איך וועל דיר מסביר זיין, ווען עס קומט צום אייבערשטן, ווען עס האנדלט זיך וועגן  אמונה, מצוות, תשובה, תפילה, דארט איז נישט דא קיין חשבונות, עס איז נישט דא אזא זאך, איך וועל פרעגן א שאלה: "רבותינו, כזה וכזה המעשה, קען מען אויף דעם בעטן? נישט דא קיין שאלות, אז עס טוט וויי, אז עס באדערט, גייט מען צום צדיק, מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, איי וואס זאל פונקטליך געשען? איך ווייס נישט, און… עס אינטערעסירט מיך נישט, בפרט ווען א מענטש האט פארפאסט קדושה, ער איז ליטערלי טמא לנפש אדם חס ושלום, קיינער קען דיר נישט זאגן יעצט: אהובי ידידי וואס איז דאס פרעגן? וואס איז דיין חשבון? וואס האקסטו אין טשייניק מיט דיינע שאלות, לויף! שריי! טענה! איי וואס איז דיין טענה? וואס פונקטליך זאל געשען? עס איז נישט דא קיין חשובונות יעצט, עס איז יא דא א תקנה? עס איז נישט דא קיין תקנה? אז עס טוט וויי! אז מען פילט דערנאך! אז מען פילט זיך פארפאסט! אז מען פילט זיך ווייט! טראכט נישט! פלאג אויס די שכל יעצט! טו איין זאך: שריי! טענה! שריי צום אייבערשטן "אוי! למה נגרע"! פארוואס איז יענער א צדיק און איך בין אין דער ערד? אז דו טראכסט אריין קומט גראד אריין די שאלה וואס הייסט פארוואס, אין די צייט וואס יענער האט געהארעוועט האסטו דיך מטמא געווען, איז וואס שרייסטו, וואס דרייסטו איבער, וואס האט יענער געטון און וואס טוסטו? וואס איז די טענה "למה נגרע" דער ערליכער איד האט געהארעוועט זיין לעבן, ער האט געלערנט געדאווענט, געהיטן די אויגן, דו האסט געטון וואס דו האסט געטון, עס עס אויף! זאגט מען אין ענגליש… דאס איז דיין גורל דאס איז דיין חלק, נעקסט טיים טו נישט.
 
דאס איז די לימוד פאר אונז, ניין עס איז דא א פסח שני, עס איז דא א צווייטע שאנס אנצוהייבן, אבער נישט אנהייבן כאילו עס איז שוין געווען עפעס, ניין! כאילו לא היה!
איך בעט דיך מיין ליבער טייערער, הער אויף יעצט די רגע צו טראכטן! און טו דאס וואס די אידן אין מדבר האבן געטון, עס האט זיי וויי געטון זענען זיי געלאפן און געשריגן! און קוק וואס עס איז ארויסגעקומען דערפון, קוק וואס עס איז געשען דערפון א נייע מצוה איז באשאפן געווארן.
 
דאס איז א לימוד פאר דיר טייערער איד! ביסט טמא, ביסט בדרך רחוקה, ביסט אין א ווייטע וועג ווייט ווייט ווייט פון קדושה, ווייט ווייט ווייט פון יעדען שכלדיגע וועג צוריקצוקומען צום אייבערשטן, דו שריי! רעד ארויס א ווארט צום אייבערשטן! אוי! טאטע זיסער וואס בין איך אנדערש? פארוואס קען איך מיך נישט היטן די אויגן? פארוואס מוז איך פאלן! פארוואס מוז איך טראסקענען הונדערטער שטאק אין שאול תחתית ומתחתיו? פארוואס וויל איך נאר טומאה? פארוואס קען איך מיך נישט שיידן פון מיינע עבירות? יעצט לאז נישט דער סמך מם דער למדן לערנען מיט דיר הלכות תפילה, הלכות תפילת שוא, הלכות תשובה הלכות נארמאלקייט! ניין! דו שריי און שריי! און וואס גייט געשען, נישט נאר דו וועסט זוכה זיין צו וואס דער צדיק איז נישט זוכה, צו א נייע תורה, א נייע יום טוב, נאר גאנץ כלל ישראל לדורות עולם וועט פון דעם בענעפעטירן.
 
ווי אזוי? מיטן נישט כאפן, מיטן זיך שטעלן א פנים פון א תם, מיטן זיין אזא מענטש וואס דער בייזער למדן קען נישט פארליידן, יא! אזוי! די מאדנע שאלה "למה נגרע" דאס ברענגט אונז א נייע בילד אויף אלעס.
 
קוק גוט אן די פרשה פון פסח שני און טראכט גוט אריין דערין, איך וועל דיר זאגן נאך מער, עס קען זיין אז עס זענען געווען אידן יענע צייטן וואס האבן אויך פארפאסט יענער פסח, אדער זיי האבן פארפאסט אנדערע מצוות אנדערע זאכן, אבער… זיי זענען נישט געקומען, זיי האבן נישט געשריגן, זיי האבן געטראכט: וואס קען מען שוין טון? עס איז סיי ווי נישט דא וואס צו טון! און מיר זענען טאקע געבליבן נאר מיט דעם איינעם פסח שני, ווי אזוי? פון זייער זייער א נישט שכל'דיגע וויי געשריי! א וויי געשריי וואס סתם אזוי וואלט עס געדארפט אנגעקוקט ווערן ווי א נערישע אומ'שכל'ידע געשריי! אוי איז דאס ציפעדיג! אוי איז דאס א טרייסלדיגע לימוד! 
 
נו! וואס זאגסטו? א סוכות שני וועט שוין נישט זיין אבער א "אדם שני" א נייער מענטש מיט נייע כוחות דאס וועט שוין יא זיין! אויב? אויב דו וועסט נישט טראכטן נאר בעטן און בעטן מ'בעטן' שאול שועתי, פונעם טיפן אפגרינד וועל איך צו דיר שרייען טאטע! דעמאלט וועט פאר דיר באשאפן ווערן נייע וועלטן.