קענסט אים?
נע קענסט אים נישט! פון וואנעט זאלסטו אים קענען?
 
ס'איז מיין חבר, א קלוגער יונגערמאן! נא אן קיין ליצנות, באמת א קלוגער יונגערמאן, א שאד דו קענסט אים נישט…
 
אך… יעצט וועסטו אים נישט קענען זען, ער ליגט אונטערן קאר, אבער איך זע אים, איך הער אים, איך בין טאקע יעצט נישט דארט נעבן אים, אבער איך קען הערן ווי דער שרייט, איך קען הערן ווי ער שעלט אוועק דעם מעכאניקערערער דער גנב דער רויבער, איך בין טאקע נישט דארט, איך זע אים נישט, אבער איך קען אים גענוג גוט אז אויסענווייניג זאג איך דיר, ווי די פנים שיינט אים מרוב שמחה אז ער האט נישט געדאפט צוקומען צו דעם מעכאניקערערער, ער האט זיך אליין א עצה געגעבן.
 
ער ליגט אונטערן קאר, ער שיינט מיט זיין טעלעפאן, ער זוכט די פראבלעם, ווען יעדע פאר מינוט ווערט די שטילקייט פונעם ליידיגן, הייוועי נומער זיבן און אכציגער - יא די באקאנטע מיילן לאנג לאאאאאנגע הייוועי וואס שניידט דורך גרויסע טיילן פון ניו יארק סטעיט ביז די ווייטע קאנאדא - ווערט צוטרייסלט פון די שנעל פליענדיגע טרעקטאר טרעילארס, וואס זיי מאכן זייערע וועגן טיף אינמיטן נאכט פארנדיג מיט זייערע סחורות לעגאויס די פאראייניגטע שטאטן.
 
וואס א מינוט גייט פארביי ווערן די העזערד’ס פון זיין קאר מער און מער אומזעהבאר, פון די געדעכטע שניי וואס הערט נישט אויף באדעקן זיין געשטראנדעטע קאר, אומזינסט פרובירן די ווייפערס אוועקצושארן די דיקע קאנאדישע שניי פלאריס וואס פאלן אומאויפהערליך אויף די פאדערשטע פענסטערס פונעם קאר, אומגעדולדיג זיצט אים דאס גאנצע פאמיליע אינעווייניג אינעם קאר ווארטענדיג אז דער טאטע זאל שוין ארויסקומען פון אונטערן קאר און פארזעצן די רייזע.
 
ס'איז מיין חבר, א קלוגער יונגערמאן! נא אן קיין לצנות, באמת א קלוגער יונגערמאן, א שאד דו קענסט אים נישט…
 
א שאד דו קענסט נישט אריינקוקן אונטערן קאר און זען ווי די פנים שיינט אים פאר פרייד אז ער האט אויסגעמיטן דעם טייוול, דעם פארפירערישן מעכאניקער, אך דער גנב, דער באטריגער, א מזל איך בין נישט געפאלן א קרבן צו זיין שווינדלערישע עצה, געלויבט דער פון אויבן איך האב געהאט דאס ביסל שכל אים נישט צו פאלגן, איך האב זיך אליינס א עצה געגעבן, און מיר אייגעשפארט די 5 אלפים וואס דער מעכאניקערערערהאט געוואלט ארויסראבעווען פון מיר…
אויא נאו… נישט מיט מיר… ער קען ארבעטן אויף וועמען ער וויל, אבער נישט אויף מיר, איך בין אביסל קלוגער פון אים, הע! ער האט טאקע גע'חלומ'ט אז ער גייט רייך ווערן אויף מיר….? נא נא נא נא… אויב האט ער גערעכנט אז ער וועט זיך אנפאקן די טאשן מיט מיין געלט האט ער געמאכט א ביטערן טעות, אויא נאו… נישט מיט מיר… ברוך השם דאס ביסל שכל וואס דער אייבערשטער האט מיך באשאנקן… וואפ דער גנב דער שווינדלער, לבן הארמי קען זיך קומען לערנען פאפעריי פון אים. 
 
ס'איז מיין חבר, א קלוגער יונגערמאן! נא אן קיין לצנות, באמת א קלוגער יונגערמאן, א שאד דו קענסט אים נישט…
 
די טרעילארס שמייסן אים אדורך יעדע פאר מינוט, באלד זעט מען שוין נישט זיין פיס וואס שטעקן זיך ארויס פון אונטערן קאר… אבער די שמחה אז ער איז געראטעוועט געווארן פונעם באטריגערישען נעץ פונעם מעכאניקערער מאכט אים פארגעסן פון אלע זיינע פראבלעמען.
 
***
 
די געעהעניש גייט צוריק צום פארגאנגענעם זומער.
 
דעם פארגאנגענעם זומער בין איך געזיצן ביים מעכאניקער, מיט מיין  משניות אין די האנט - ווארט איך אומגעדולדיג אז ער זאל מיר פותר חלום זיין וואס אזוינס עס גייט פאר מיט מיין קאר, די ענדזשין לייט האלט זיך אין איין אנצינדן, איך מוז וויסן וואס איך טו דא ווייטער, אפשר איז עס א קלייניקייט? אבער אפשר נישט? אפשר איז צייט פאר א נייע ענדשזין? איך ווארט ער זאל צוריקומען מיט די רעזולטאטן פונעם טשעקאפ וואס ער האט געמאכט אויפן קאר.
 
די פרקים משניות פארן א-מחיה, א פרק נאך א פרק, ח”י פרקים האב איך שוין זיכער געענדיגט דא ווארטענדיג, איך דריי מיך אריין, איך דריי מיך ארויס, פונדערווייטענס זע איך א צינישער פנים פון מיין חבר, ער דערנענטערט זיך מיט זיין קאר, ער שטעלט זיך אפ פארענט פון מיר, העי! זאג, ביסט אינגאנצן פאר'נער'ט, דו זיצט ביים מעכאניקער, דער וועט דיר נאך אויסראבעווען דיין גאנצע פארמעגן, איך האב נישט געוויסט אז אויף דיר קען מען מאכן א ליווינג, איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט אזא קוה’עלע מען קען דיך אזוי אויסמעלקן.
איך האב געהאט די זעלבע זאך - זעצט ער פאר ווייטער מיט זיין פארטראג - עס האט זיך מיר געהאלטן אין איין אנצינדן די ענדזשין לייט, איך בין דא געזיצן ווי א נאר פונקט ווי דיר, דער מעכאניקער האט געוואלט פינעוו אלאפים! הערסטע פינעוו אלאפים דער רויבער, די קאר דארף א נייע ענדזשין… א נייע מעשה… 
ער רופט מיך צו, ער ווייזט מיר זיין קאר, קוק! זעסט מיין קאר, עס פארט ווי א פידעלע, איך בין אוועק געגאנגען פון אים, איך בין געגאנגען צו א חבר וואס פארשטייט צו די זאכן, איך ווייז אים די פראבלעם, איך זאג אים וואס דער מעכאניקער האט מיר גע’עצה’ט, מיר האבן זיך ביידע גוט צולאכט… איך זאג נישט… עס האט מיר געקאסט א צוויי דריי הונדערט דאלער… אבער נאך אפאר שעה האט ער עס פאראכטן, ער האט מיר געוויזן ווי ער האט געעפענט די גאנצע פראנט חלק פונעם קאר און פשוט און פראסט ארויסגעדרייט די באלב פונעם ענדזשין לייט… איך האב נישט געקענט צוזיך קומען, איך ווייס נישט ווי ס’איז מיר נישט בייגעפאלן… אזא פשוטע בייפאל… איך זאג דיר, זייט דעמאלט האב איך נישט קיין שום פראבלעמען מיטן קאר.
 
ס'איז מיין חבר, א קלוגער יונגערמאן! נא אן קיין לצנות, באמת א קלוגער יונגערמאן, א שאד דו קענסט אים נישט…
 
***
 
ווען מיין אידענע האט באקומען די טעלעפאן רוף פון מיין ניכטע וועגן דעם נייעם פראגראם ווי אזוי מען גייט מאכן אז אכצן יעריגע מיידלעך זאלן מסכים זיין… חתונה צו האבן, האב איך מיך דערמאנט פון יענעם גאר געראטענעם חבר…
 
מען גייט מאכן א טשעין קאלל זאגט זי אויפן טעלעפאן - וואס לאכסטו דו האסטאך נאך ניטאמאל געהערט וואס זי זאגט - יעדער זאל רופן צען מענטשן וואס זאלן זיך אונטערנעמען אז… ווייטער האב איך שוין נישט געהערט, פון דא אין ווייטער האב איך שוין נאר געוויינט, איך האב געוויינט אוויפן ’עם נבל וחכם’ אויף דעם 'עם הנבחר', איך האב געוויינט אויפן פאלק וואס דער אייבערשטער גרויסט זיך מיט זיי ’כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים’.
 
איך האב נאר געוויינט ווי די קאר ליגט אים סטאק, באלד ווערט ער חס ושלום פארפרוירן אינעם וויסטן מדבר, אויפן אינטערסטעיט נומער זיבן און אכציג, אינאיינעם מיט’ס גאנצע געזונדל, אבער… מיר האבן באוויזן אויסצוקראסן דעם מעכאניקער.
 
***
 
ווען מיין ווייב האט באקומען א טעלעפאן רוף פון מיין שוועגערין, זי האט עס געזאגט אזוי פליסיג… מיט אזא פשטות… די שפאגל נייע עצה ווי אזוי מען גייט ראטעווען דעם דור פון די מגיפה פון טעכנעלאגיע, מיט אזא פשטות האט זי עס געזאגט, האב איך געפילט ווי יעצט געשעט עס נאכאמאל, מען טוט פאכמאניש אראפנעמען דעם פארענט פונעם קאר און ארויסדרייען דעם ענדזשין לייט באלב, ווי נישט פייניגן דאך די מחשבות דא דארט, אפשר דאך? אפשר דאך? אפשר דאך ברסלב, אפשר דאך עצתו אמונה, אפשר דאך 212-444-9191 שוין! עס איז דא א לעזונג, די ענדזשין לייט צינדט זיך שוין נישט אן, עס פייניגט מער נישט די געדאנק, מען האט אויסגעדרייט די באלב… דו זעסט עפעס פראבלעמען? ש’טא קיין פראבלעמען מער…
 
***
 
ווען איך האב באקומען אין די פאסט די אויג'ס פארכאפענדע שפאגל נייע איידיע פון חכמי חעלעם -  וואס דארפסטו אלעמאל אוועקמאכן א צווייטען? וואס דארפסטו דיך בויען אויף יענעם? - די לעזונג ווי אזוי מען קען פארמיידן די הימל שרייענדע הארץ אטאקע’ס, פון די מיליאנען דאלארן חובות וואס דרוקן אויפן הארצן נאכן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד, האב איך נישט געקענט ליינען ווייטער, איך האב נאר געוויינט מיינע טרערן האבן געפלאסן אן אויפהער אויפן מאגאזין, צישמירענדיג די רייכע קאלירן פונעם גראפיק פונעם בלעטל, איך האב נאר געקענט מיטוויינען מיט די נייע עצה, ווי אזוי מען וועט זיך ארויסרדייען פון גיין צום מעכאניקער און פארעכטן דעם פראבלעם.
 
***
 
ווען איך האב בטעות… אויפגעהויבן די טעלעפאן און זיך אונטעגעהערט ווי אינעם אנדערן זייט טרייבל דרש'נט, א פרוי - לאך נישט - זי האט עס ביי-פאר ווייל זי זאגט עס מיט א אנדערע העברה… עס קען דאך נישט זיין אז זי האט נישט קיין לעזונג צו א-א-א-א-לע פראבלעמען, דו מוזט דאך הערן ווי אזוי זי זאגט דעם Lמד מיטן Rיש, עס איז דאך נישט מעגליך אז זי האט נישט ארויס ווי מיר יאנשטי יו טי עי גרעדזשועיטס זענען פארפארן, זי האט געלענט אין הייס-קאל רמב"ן על התורה ווי קען דאס זיין אז זי זאל נישט קענען געבן עצות אויף א-א-א-א-לע אונזערע פראבלעמען.
 
****
 
אזוי נעבעך זיצן מיר נעבעך סטאק, ווייט פון יעדע הילף, אין די פרעסט אין די שניי, מיר קענען זיך נישט קיין עצה געבן אויף קיין שום פרט אין לעבן, אבער חס ושלום נעמען א ברסלב'ע צעטל אין דאס איבערגעבן לכתחילה אין די האנט פאר דיין קינד, און… נישט ווען די קאר פארט און דו רעדסט דיך איין אז עס איז נישט דא קיין פראבלעמען, עס איז שוין זיצענדיג סטאק אן קיין שום עצה, מיט די גאנצע משפחה אין א סכנה, יא! אבער פארגעס נישט, ברסלב האט מיך נישט באוויזן צו פארכאפן, דאס איז דער עיקר.
 
ס'איז מיין חבר, א קלוגער יונגערמאן! נא אן קיין לצנות, באמת א קלוגער יונגערמאן, א שאד דו קענסט אים נישט…
 
***
 
און איר טייערע ליינער, איר האט יא גענומען דאס בלעטל אין די האנט, אפשר געבט איר א קליינע מאך מיט די ליפן, יא יעצט זאג עס מיט, דאס וועט העלפן אונזערע ’קלוגע’ ברודער און שוועסטער, דאס וועט ראטעווען אונזערע דורות, פון וועם שעמסטו זיך קיינער קוקט נישט: ”רבונו של עולם קוק, קוק וואס דער גלות האט געמאכט פון אונז, קוק ווי דער סמך מם לאזט נישט צוקומען די לעבנס וויכטיגע מאטריאל פאר דיינע קינדער, מיט יעדע מין וועג אין די וועלט וועט מען אלעס טון אבי צו פארדעקן די אמת’ע צדיקים מיט זייערע עצות פון דיינע קינדער, טאטע זיסער האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדע וואס וואלגערן זיך אין דעם פינסטערן גלות אזויפיל יארן, לאז אונז שוין טועם זיין די זיסע לעבענסוויכטיגע עצות וואס דער רבי געבט אונז”
 
זאג נאר דיין ענדזשין לייט ארבעט נאך?