קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
"למעשה די סיבה פארוואס א מענטש איז מחליט זיך צו נעמען דאס לעבן ה"י קומט ווייל ער האט זיך אזוי שטארק ליב און ער האלט פון זיך אזוי גרויס אז ער שפירט אז ס'נישט יושרדיג אז ער - דער גרויסע קנאקער זאל האבן אזא נעבעכדיגע לעבן!"
 
יא! לייגט איינער צו זיינע קלוגע געדאנקען: "אויך מוז דער זיין גאר סעלפיש ווייל ס'גייט אים בכלל נישט אן אז אנדערע גייען ווערן אפעקטירט!"
 
אזוי גייט א רויעך (סיי פון די שמועס ווי אויך פון די ציגארעטן) ס'שטייען גרויסע לומדים און מ'גריבלט דורך דעם נושא אדורך און אדורך פארוואס און פארוואס טאקע אבער תכלית למעשה פארוואס?!
 
אינדערזייט שטייט עפעס א ברסלב'ער יונגערמאנטשיק און מורמל'ט שטיל אז 'אלעס קומט ווייל ס'פעלט אים אמונה!'
 
פלוצלינג פילט ער זעקס פאר אויגן קוקן אים אן אזוי שטרענג - - וואס הייסט?
 
דער ברסלב'ער יונגערמאן ווערט נישט פארלוירן ער זאגט עס נאכאמאל איבער: "א מענטש וואס איז מאבד עצמו לדעת ה"י קומט דאס נאר ווייל ער האט נישט קיין אמונה!"
 
אלעס קוקט - וואס ווילסטו? וואס זאגסטו? וואו קומט דאס יעצט אריין בכלל און אונזער וויכטיגע שמועס וואו מיר טוען דורך גרויסע חכמות דברים העומדים ברומו של עולם ממש!
 
ער זעט זיי פארשטייען נישט הייבט ער אן מסביר זיין: א מענטש וואס קען טראכטן אויף זיך אז ער איז בעצם אזוי גרויס און אזוי חשוב און דאס אז זיין לעבן איז אזוי ביטער קומט נישט פאר אזא מעכטיגער פערזאן... דאס הייסט אז ביי אים עקזיסטירט נישט דער אייבערשטער בכלל ווייל אויב יא קודם ווי קען זיין אז זיין לעבן איז אזוי ביטער?! דער אייבערשטער וואס האט אים ליב געבט אים אלע זיינע נסיונות! און דאס אז א מענטש האלט אז ער איז אזוי מעכטיג... דאס קומט דאך אויך פון נישט גלייבן, ווייל איינער וואס גלייבט אינעם אייבערשטן זעט איבעראל אז אלעס פירט דער אייבערשטער אין וועלכע מצב איך זאל נאר נישט זיין איז דער רבוש"ע דא מיט מיר און ער באגלייט מיר, איז וואו קען זיין אז א מענטש מיט אמונה זאל קענען טראכטן אז בעצם קומט אים.... און אז בעצם איז ער.... דאס קען דאך נאר זיין ווייל מ'גלייבט נישט אינעם אייבערשטן!
 
אקעי וואס ווילסטו? אונז רעדן דא אן ערנסטער שמועס ווי אזוי די קאפּ פון א מענטש ארבעט... און וואו קומט דאס יעצט אריין בכלל?! קיינער רעדט נישט יעצט פון אמונה... מ'רעדט דא וועגן ערנסטע זאכן... כ'מיין אפשר נעקסטע מאל, יעצט בלייב שטיל!
 
אזוי שטיי איך דארט אין די זייט (ס'איז געווען גאנץ געשמאק זיך צו באטיטלען 'א ברסלב'ער אינגערמאן…') גוט צומישט צווישן אפאר גרויסע ריזיגע למדנים און מעכטיגע בעלי כשרון... מ'טוט דורך א שווערע נושא... און איך האב זיך געמוזט אנרופן.... שוין....
 
מיר גייען צוריק אריין אין זאל צו די שמחה און איך דערמאן זיך אזוי פון דער בלאט גמרא פון יענעם טאג...
 
די גמרא זאגט: א מענטש זאגט אז דער קוה זאגט אז אויב גייט ער זיך אויפשטעלן זאל איך זיין א נזיר... א מין אינטערעסאנטע גמרא... א מענטש זאגט א קוה זאגט מ'דארף קענען זיין אן ערנסטע בעל כשרון פאר דעם...
 
אזוי זיץ איך אין זאל נאך מיט דעם ביטערן טעם אין מויל פון פריער... און די גמרא לויפט מיר נאכאמאל אין קאפּ ס'איז א מורא'דיגע זאך אלעס איז שטיל קיינער האט גארנישט געזאגט אין דער האט א גאנצע שמועס מיט זיין מוח ער טראכט אז די קוה זאגט אזוי און ער גייט דא ווייזן פאר דעם קוה ער גייט זיך נישט לאזן און למעשה האט די קוה אויסגעפירט...
 
איך קוק זיך ארום בשעת דער וועיטער פרעגט טשיקען אדער שניצל און איך דארף יעצט מאכן לעבנ'ס החלטה וואס גייט זיין? גייט זיין טשיקן אדער גייט זיין שניצל?! הממממ לאמיר זען... בקיצור... איך זע דארט אין די זייט אפאר ריזיגע למדנים... און איך טראכט אזוי צו מיר...
 
איך זע ווי איינער קוקט אויף מיר ער דרייט זיך אויס צו די קופּקע און שמועסט ווייטער... ער דרייט זיך נאכאמאל ארום צו מיר ער זעט ווי איך זע... דרייט ער זיך שנעל צוריק אויס... אזוי צוויי דריי מאל...
 
פלוצלונג זע איך ווי ער ווענד זיינע טריט דירעקט צו מיר ער כאפט א בענקל ער זעצט זיך לעבן מיר, ער צעגערט נישט ער גייט גראאאד צום פוינט... 
 
זאג מיר וואס האט פאסירט מיט דיר? איז עס אמת?
 
וואס? פרעג איך מיט א געמאכטע תמימות...
 
דו ביזט דארט אריינגעפאלן ביי זיי?
 
וואס הייסט ביי וועמען?
 
נא אין ברסלב אין היכל הקודש... ס'איז אמת?
 
יא! שכח אייבערשטער!
 
איך פארשטיי נישט, דו שעמסט זיך נישט? וואס פארקויפט מען דארט וואס מיר האבן נישט? הע? וואס מיינסטו גייסטו זיך זוכן פרעמדע גליקן? דו פארשעמסט דיין משפחה דיינע חברים… בלא בלא בלא....
 
אזוי זידלט יענער ממש אן קיין רחמנות... באמת וואס איז מיט דיר? 
 
איך קוק אים אזוי אן... איך קען דיר אפשר עפעס פרעגן? 
 
יא
 
זאג מיר דו דאווענסט דריי מאל א טאג? 
 
יא זיכער! 
 
מיט מנין? 
 
אוודאי! 
 
דו לערנסטו יעדן טאג? 
 
יא! 
 
ממש ס'גייט נישט דורך קיין טאג אן לימוד התורה? 
 
זיכער נישט! 
 
אינעם אייבערשטן גלייבסטו? האסט אמונה? 
 
ער קוקט מיר אן כאילו איך בין אראפּ פון די לבנה... זיכער וואס איך פארשטיי נישט דיינע נארישע קשיות... 
 
שלום בית האסטו? 
 
יא געלויבט דער אייבערשטער 
 
האסט א מורה דרך? 
 
יא אוודאי! 
 
יא?! דו דרייסט זיך ביי ערליכע אידן? דו האסט וועמען צו פרעגן? 
 
יא זיכער! 
 
איך הער זייער שיין איז קען איך דיר פרעגן נאך איין קשיא? 
 
יא - 
 
וואס פארגינסטו מיך נישט???
 
ער איז געבליבן שטיין מיט די צונג אינדרויסן! 
 
פלוצלינג שפיר איך ווי איינער קלאפט מיר פון אונטן... אר יו פינישד? 
 
איך דערוועק זיך ווי פון א טיפע חלום איך קוק צוריק אויפן קופּקע זיי שמועסן נאך דארט אבער קיינער קוקט נישט אויף מיר בכלל... 
 
יא די גאנצע מעשה האט זיך אפּגעשפילט אין מח... ווייל ווען יענער קומט טאקע מיט די קולות און טענות (און ער איז שוין...) דעמאלט מוז מען זיך האלטן דאס מויל... דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז איינער קומט דיר באוואשן מאך דיך צו דאס מויל און זאג שכח אייבערשטער פאר די בושות... 
 
אבער אין מיין קאפּ קען איך ענטפערן אבער נאך ווי.... איך בין אין פול קאנטראל... יענער בלייבט אלץ מיט די צונג אינדרויסן... 
 
וועלכע לימוד האב איך מיטגענומען פון יענער נאכט? 
 
א' 
ווען גרויסע למדנים און פקחים רעדן א שמועס מוז נאכנישט זיין אז ס'דא עפעס דארט.... 
 
ב'
שעם דיך נישט מיטן הייליגן רבי'ן... זיי שטארק מיט וואס דו האסט.
 
ג' והעיקר 
האלט זיך דאס מויל ווען איינער קומט דיר דרייען א קאפּ!