קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
אה, וואס מאכסטו? ממש אינטערעסאנט אז איך טרעף דיר דא - פונקט היינט האב איך געטראכט פון דיר!
 
אזוי?! איך האף האסט נאר געטראכט גוטע זאכן... לאמיר הערן, וואס האסטו געטראכט פון מיר?
 
איך וועל דיר זאגן, דו ווייסט דאך אונזער קרוב מאכט חתונה און אפאר טעג ארום, און איך ווייס בידיעה אז ס'דארט נישט דא קיין לחם לאכול אפגערעדט פון הוצאת החתונה... איך זאג דיר, די מצב דארט איז ממש שרעקליך, ס'גארנישט דא מיט וואס צו גיין צום טיש! מ'מוז עפעס טוהן יעצט, מ'קען נישט לאזן א מחותן צוזאם קראכן א טאג פאר ער מאכט חתונה זיין צווייטע קינד. איך פרוביר צוזאם צו שטעלן וואס נאר מעגליך אביסל ארויסצוהעלפן א מחותן איידער ער מאכט חתונה, האב איך געהאפט אז דו וועסט מיר קענען אביסל העלפן מיט די גרויסע עול. 
 
איך וועל זיכער זיך אנשטרענגען מיט וויפיל איך קען, איך בין נישט דער גרעסטער בעל יכולת… אבער איך וועל זיכער פרובירן צו העלפן מיט וויפיל איך קען.
 
בסדר, אין דעם זכות זאלסטו אלס האבן שפע, ס'זאל דיר קיינמאל גארנישט פעלן, זאלסט אלעמאל זיין פון די געבערס און נישט די נעמערס וכו' אמן! האב א לעכטיגע פרייליכע שבת מ'זאל זיך טרעפן נאר אויף שמחות! 
 
אמן!
 
שוין, מיין מחשבה הייבט אן ארבעטן פעסט, רבש"ע איך קען דאך גוט דער מחותן וואס מאכט חתונה, אזא גאלדענער מענטש, א שטיק חסד, האט אלץ ליב צו העלפן א צווייטן. הייליגער באשעפער העלף אים. אין מיין מח זעה איך דעם אידל, ער זיצט אויף א תשעה באב בענקל מיט אש אויפן קאפּ אנגעטון מיט א זאק, וואס ער רעדט נאר קומט ארויס מיט די איכה ניגון... אוי נעבעך, אייבערשטער, גרויסער טאטע אין הימל העלף דעם איד ער זאל קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת, ער זאל קענען הנאה האבן פון זיין אייגענע שמחה.
 
ער מוז נעבעך זיין א "נארמאלער מענטש", ווייל אויב נישט - וועט ער מסתמא לכאורה (?!) נישט קענען טוהן קיין שידוכים... און מ'וועט אויף אים זאגן... און איינער וועט מיינען אז א צווייטער טראכט... און מ'מוז ווייל מ'מוז, ווייל אזוי טוט "יעדער איינער" וכו' וכו'. 
 
איך שפאציר מיך אזוי אהיים פון גראסערי וואו איך האב געטראפן מיין קרוב, ס'איז דאנערשטאג נאכט, ס'איז גאנץ קיל, מ'שפירט אז די ווינטער קלאפט שוין אויפן טיר... מיינע געדאנקען רוישן און פליען, דאסמאל אויף די שמאלע לאנדענע געסלעך, ס'איז אזוי האלב רעגנדיג נישט גענוג אנצוטאן א רעגן מאנטל אבער מ'קומט אהיים טופח על מנת להטפיח... יעדער פאר מינוט שמייסט א קאר דורך און צומישט מיינע געדאנקען... בקיצור, איך בין אזוי גוט פארטראכט, מיין הארץ בלוטיגט פאר דעם איד נעבעך, ער וויל זיין נארמאל, ער וויל טוהן וואס איז ריכטיגע, אבער די אוממענטשליכע "יעדער איינער" "נארמאלע מענטש" פארמישט יעדן די קאפ. קיינער טראכט שוין אפילו נישט. המון עם האט זיך פשוט פראסט אונטערגעגעבן צו די געהעריגע נארמאלע מענטשן, וואס פארשטייען צו טוען זאכן געהעריג נארמאל, ווייל אזוי טוט מען! 
 
וואס איז ער נעבעך שולדיג? וואו זענען אלע געהעריגע נארמאלע מענטשן אים געהעריג ארויסצוהעלפן ער זאל קענען נארמאל חתונה מאכן? וואו איז די וועד און די הנהלה פון די געהעריגע נארמאלע מענטשן? ס'איז זיכער דא איינער וואס פירט אן דער "חתונה מאכן בכבוד אזוי ווי יעדער איינער" באוועגונג, וואו איז זייער אפיס? איך גיי מיך פארבינדן מיט די "וועד למען נארמאלע מענטשן" און מיר גייען דורכטוהן וואס מען טוט אין א פאל ווען איינער ברעכט ליידער אונטער פון זיין א נארמאלער מענטש... 
 
ס'דא א וועג ווי אזוי מענטשן פירן זיך, אזוי טוט מען ווייל אזוי טוט מען... ווער האט דאס אוועקגעשטעלט? ווער איז די גאנצע צייט מחליט וואס נארמאל מיינט? ווייל דער אידל מיין קרוב איז אויסדרוקליך נישט איינער וואס לעבט פאר יענעם. ער איז א איד מיט א גראדע קאפ, זייער א ערליכער, ער פארמאגט א פארמאכטע שטוב, ער שרעקט זיך נישט פון די גאס. די ווינטן קענען בלאזן אלע מיני יצר הרע'ס, סטיילס און בולבולים וכו', אבער דער איד שטייט שטארק קעגן אלע ווינטן, ער לאזט זיך פון גארנישט, ער לעבט באמת נישט פאר יענעם. זיין משפחה טראגט נאר גמ"ח קליידער, און ער לאזט נישט אריין גארנישט פון די גאס ביי זיך אין שטוב, איז ווי קומט דאס אז ער מוז זיין א נארמאלער מענטש פלוצלינג?
 
איך בין זיכער אז אויב די וועד ל'נארמאלע מענטשן זענען מארגן מחליט אז מ'מעג אויך חתונה מאכן ביליג, "מ'מוז" נישט סערווירן א פיר קורס סעודה פאר א מינימום פון זיבעציג קאפלס... און ס'פעלט נישט ממש אויס צו האבן א פאטאגראפירער מיט ווידעא, וואס נעמט זעקס זיבן אלפים הכל בכל מכל... און בדחן וואס גייט צוריק ביז פיר דורות פון אלע זייטן, בשעת דער עולם האלט שוין טיף אינמיטן דרימלען, און די וואס זענען נאך אויף קוקן אויפן זייגער ווי ארעסטאנטן... זיי זאלן דאס נאר זאגן, איז ער דער ערשטער וואס מאכט חתונה אין א ביהמ"ד צו אין א חדר אויף א ביליגע "בכבודיגע" פארנעם, ער וועט שפרינגען אויף דעם, דאס וועט אים אויסלייזן אינגאנצן פון זיין פעקל! 
 
שוין, ביי מיר אין קאפ איז עס געשלאסן, מארגן גיי איך זען צו טון אין דעם, איך פאררוף א מיטינג מיט אלע חברי וועד און עסקנים למען האלטן גדרי נארמאל בתוך מחנינו, און איך גיי זיי געבן דעם גוטן טעם וואס די אידן אין היכל הקודש האבן, מ'קען מאכן א שמחה מיט די גאנצע הארץ אן דארפן פילן צוואנציג מאל לכל אורך הדרך פון די שמחה ווי מ'ברעכט אונטער, פארוואס זאל נישט די גאנצע וועלט הנאה האבן פון דעם? 
 
אוטש!!! איך האב אריינגעשמוסן אין א גאס לאמפ אזוי פארטראכטערהייט, איך וועק מיך אויף פון מיין קלאץ, איך שמייכל מיך אזוי אונטער פון מיינע געדאנקען, איך טראכט צו מיר אזוי ווער ווייסט אפשר וועט דער דמיון אויך ווערן אן ארטיקל אינעם ברסלב בלעטל... איך באמערק ווי איינער קוקט מיר אן כאילו איך בין אראפ פון די לבנה, ער זעצט אריין אין א לאמפ און ער צושמייכלט זיך... לכאורה דארף ער טערעפי... אדער איז ער שוין אויף גאר שטארקע מעדיקעישן וואס מאכט נארמאל! 
 
בקיצור איך פארפאר דא, איך וויל אביסל באשרייבן "נארמאלע" שמחות און איך טרעף מיך צוריק צו דמיונות און טערעפי... נאך א נס אז איך האלט נישט פונקט קיין קאווע אין די האנט, ווען יא וואלט איך שוין געווארן אינגאנצן צומישט... תכלית, ארויס פון מיין דמיון, וואס וועד ווען וועד… הלוואי נאר וועד... ס'איז געווארן אריין געפרעגלט און אונז א מין סטיגמא וואס הייסט "נארמאל", דער ביהמ"ד איז פון נארמאלע מענטשן, ווידער ארויף די גאס דער שולעכל דארט יא ווייסט די קליינע ווייסע מיט די גרויסע טיר, דארט געפונען זיך אלס אזעלכע אינטערעסאנטע מענטשן, נישט אונזער מין, בדיעבד אמאל פאר א שמחה גייט מען דארט אריין... 
 
אז מ'נעמט א פארגרעסערונג גלאז וועט מען זען אז אפילו די וואס לעבן באמת נישט פאר יענעם, זענען אויך צוגעבונדן צו זיין "נארמאל"! און מיט רעכט, ווייל מ'דארף טאקע זיין נארמאל. מיין מנהל אין כתה ט' פלעגט אלס שרייען "והיתה משוגע" איז א חלק פון די תוכחה... 
 
מ'דארף זיין א נארמאלער מענטש, מ'מוז זיך זיכער אויפפירן ווי א נארמאלער מענטש, אבער וואס איז נארמאל? ווער איז דאס מחליט? ס'פירט זיך אזא רוח ה'נארמאל אן קיין דרייווער. שטעל דיך פאר א באס הייבט אן פארן אן קיין דרייווער, אן איינער וואס ווייסט ווי אזוי צו פירן א באס, וואס פאר אן אומגליק וואלט פאסירט! יעדער פארשטייט אז מ'דארף א באס, מ'דארף קענען ברענגען די קינדער אין חדר יעדן טאג וכו', ס'איז זייער א וויכטיגער זאך, אבער נישט יעדער קען דאס פירן, און זיכער קען זיך עס נישט נעמען פארן אן קיין דרייווער! 
 
ניין! ס'איז נישט דא א אפיס פון מומחים בתורת נארמאל... נאר וואס ס'פאלט איין איינעם א נישט נארמאלער, וואס איז אדער צולאזט אינגאנצן און ווייסט פשוט נישט ווי אזוי מענטשן פירן זיך אויף צווישן מענטשן, ווי אזוי מ'איז נארמאל, אין זיין קאפ איז באשטעלן פינף טויזנט דאללער ווערד פלייש פאר א קידוש, א געהעריגע נארמאלע זאך! און ווער רעדט נאך פון קיורד פיש פלעטטערס… כ'מיין יעדער טוט עס שוין... ס'איז נארמאל, נאר אכט טויזנט דאללער, און דאס איז בלויז א קידוש'ל! 
 
דער מענטש איז נעבעך נישט ביי זוך, ער איז אינגאנצן אראפ פון די רעלסן, זאכן וואס האבן געהויבן ברעמען פאר צען יאר צוריק איז היינט סטאנדארט! יעדער טוט עס שוין, און ווער ס'טאנצט נישט נאך, איז נעבעך נעבעך נישט נארמאל! 
 
נאכדעם איז נעבעך דא, די נאך טיפערע פראבלעם, ווען דער איד - וואס זיין פרנסה איז סווייפען קרעדיט קארטלעך - מאכט חתונה, און ווייסט אז דער עולם שמועסט שוין אז ער איז שטאט'ס אנזעצער, זיין קאר האט מען שוין צוויי מאל אויפגעפיקט... עסקנים זענען שוין עטליכע מאל געווען אריינגעמישט, צו ראטעווען א גאנצע משפחה פון אונטערגיין... אין יעצט, אין א מזל'דיגע שעה מאכט ער חתונה. דער שדכן א קלוגער איד האט צוזאמגעפארט צוויי 'קארטלעך סווייפערס', ענבי הראזשינקע בענבי הראזשינקע דבר נאה... יעצט קען מען אנהייבן שיקן די בילס פון די מחותנים אהין און צוריק, ס'איז "ששון ושמחה" צוויי "גאר" שיינע אידן, מיט "גאר" שיינע קארס, וואס לעבן אויף א גאר הויכע סטאנדארד, אפילו זיי האבן גאר קיין פרוטה אין טאש…  גייען יעדן איינעם ווייזן אז זיי זענען באמת פארמעגליך, און זיי ווייסן ווי אזוי צו טון א זאך נישט סתם, נאר ס'זאל זיין צום געדענקען יעדער זאל רעדן און יעדער זאל וויסן! 
 
ס'איז אמאל געקומען א איד, א גרויסער תלמיד חכם צו רבי שלמה מבאבוב זצ"ל, און אים געזאגט אז ער וויל עפענען א ביהמ"ד, און ער וויל א ברכה פונעם רב. האט אים דער באבובער רב ז"ל געענטפערט: "וואס וועט זיין אז דו וועסט האבן א ביהמ"ד, וועסטו דאך אוודאי וועלן האבן א מקוה, אז דו וועסט האבן א מקוה, וועסטו דארפן וואשן האנטוכער א גאנצן טאג, און ווען ס'וועט קומען צו שידוכים, וועסטו זיך נישט קענען משדך זיין מיט סתם איינער, נאר דו וועסט זוכן נאך אזא רב ווי דיר, ווייל נאר דאס וועט דיר פאסן… וועט אויסקומען אז צוויי האנטוך וואשערס זענען זיך משדך... ענדערש בלייב א תלמיד חכם, זיץ אין ביהמ"ד און לערן, וועסטו זוכה זיין זיך צו קענען משדך זיין מיט נאך א תלמיד חכם וואס זיצט און איז עוסק בתורה א גאנצן טאג!" 
 
בקיצור, לאמיר צוריקגיין צו אונזערע מחותנים, לאמיר טאקע אריינגיין אין זאל א שעה אהאלב אוועק פון שטאט, וואס איז סאאאך מער באלבאטיש... און לאמיר אונטערהערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף די צוויי שיינע אידן... ס'ביטער שווער צו הערן א ווארט איבער דער מוזיק וואס צורייסט די אויערן, אבער אזוי איז נארמאל... לאמיר זיך אבער אנשטרענגען.
 
מעכל, וואס זאגסטו צו דער מחותנ'ס שטריימל?... ער האט זיך געלאזט וואויל גיין, איך הער זאגן אז ס'איז א צענער שטריימל!
 
וואס איך זאג צו דעם? א רחמנות דער שטריימל מאכער, ווייל דער גייט קיין געלט קיינמאל נישט זען פון אונזער נארמאלער מחותן! 
 
לאמיר גיין צו נאך א טיש, דא זיצן זיינע חברים פון ביהמ"ד לאמיר אונטערהערן וואס יוסל זאגט פאר מנחם.
 
וואס זאגסטו צו דער מחותן?... פיינע נייעס, ער האט אהערגעשטעלט א פיפטין פיעס בענד מיט א קווייער, ער איז גוט, ער טוט א זאך אלל דע וועי - 
 
ער איז גוט? דו ווייסט אז איך האב דאס אלעס באצאלט!
 
וואס הייסט? - ער קומט מיר שוין פיר יאר זיבעציג טויזנט דאללער, ער איז פיינע נייעס?? א פשוטער גנב!
 
אזוי שפאצירט מען ארום און "יעדער איינער" האט די זעלבע זאך צו זינגען. א רחמנות, א צודרייטער, א אנזעצער, ער איז א פרא אדם, וכו' וכו'. פארדעם האט ער זיך נעבעך אנגע'חובות'ט? וואס האט מען פון דעם? ער איז דער נארמאלער מענטש וואס "מ"מאכט נאך?...
 
שטעל דיר נאר פאר ער מאכט ווען א ביליגערע חתונה וואלט אים יעדער פארגינען, זיין מלוה וואלט געטראכט "שוין ער קומט מיר טאקע געלט אבער ער מוז דאך אויך חתונה מאכן די קינדער…"
 
די סטאנדארט מוז האלטן אין איין ארויפגיין ווייל דער נגיד זיצט דאך אויך ביים חתונה און טראכט צו זיך "אויב דער אנזעצער שטעלט צו א קארווינג סטעישן ווי מ'שניידט אויף כל מיני פליישן וואס וועל איך טון ביי מיינע קינדער'ס חתונה איך מוז דאך טאקע צו שטעלן!" ער גייט שוין מוזן ברענגען לעבעדיגע קוען ביי זיין חתונה מ'גייט עס שחט'ן אויפן פלאץ כרצון איש ואיש ווייל ער איז דאך באמת א שיינער איד און יעדער ערווארט שוין צו זעהן מיט וואס דער שיינער איד דער נגיד פון שטאט גייט זיך אויפרייסן! און אין פינף יאר ארום איז עס סטאנדארט ס'איז נארמאל יעדער טוט עס! ווייל דער נעבעכדיגער אנזעצער "מוז" נאכמאכן דעם גביר אז יעדער זאל וויסן... און דער גביר קען נישט מאכן וואס די אנזעצערס מאכן ווייל ער איז דאך טאקע א גביר און אזוי צוביסלעך וואס נאך א יאר גייט דורך פאלט ארויף נאך א גרעסער עול אויף דער פשוט'ער איד וואס לעבט טאקע נישט פאר יענעם און וויל פשוט זיין א נארמאלער מענטש א מעורב בין הבריות היינט מוז ער שוין אויך טון וואס פאר צען יאר צוריק איז געווען אויפגעריסן און משוגע! 
 
דער ראש ישיבה האט אמאל נאכגעזאגט א ווערטל, אז אמאל איז א איד געקומען צו א חתונה און ער האט נישט געוואוסט ווער דער מחותן איז, גייט ער צו צו איינעם און פרעגט אים: "אנטשולדיגט, איר זענט דער בעל שמחה?", זאגט ער אים: "קום מיט מיר וועל איך דיך ווייזן דער בעל שמחה", ער שלעפט אים אריין אינעם מענעדשערס אפיס און ווייזט אים אויף דער איד וואס זיצט דארט ביים קאמפיוטער: "זעהסט אים? ער איז דער בעל שמחה, ער האט היינט פארדינט שיין, איך בין דער בעל חוב!" א ביטער געלעכטער! 
 
ווען קאוויד איז ליידער אנגעקומען און מ'איז געווען געצוואונגען חתונה צו מאכן אויף א קליינע פארנעם האט יעדער דעמאלט געזאגט ווי שיין דאס איז א אמת'ע אידישע שמחה! איך האב א שוועסטער וואס האט חתונה געמאכט ממש אין די ברען פון קאוויד ווען מענטשן האבן געציטערט ארויסצושטעקן די נאז פון פענסטער, יענער תקופה ווען געוויסע זענען געווארן גרויסע מומחים אין הלכות פיקוח נפש, אין איין מקוה האט איינער אריינגעווארפן גלאז אז די וואס גייען, זאלן… איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער אומסטאבילער האט געטראכט, דא איז איינער געקומען מיט פאליציי ווייזן אז מ'דאוונט מיט מנין ער האט פשוט געוואלט ראטעווען די נאאיווע אידן פון א זיכערן טויט... בקיצור, אין די תקופה האט מיין שוועסטער חתונה געמאכט, די קבלת פנים איז געווען ביי איר אינדערהיים און די חופה אין די בעקיארד גלייך נאך די חופה האט מען געמאכט א שנעלע מצוה טאנץ, "יעמוד יעמוד יעמוד"... כמנהג היכל הקודש, און א שעה שפעטער איז מען זיך צוזאם געקומען אין א "גרויסע" קלאס צימער פון עפעס א חדר... און דארט איז געווען אביסל שלש סעודת בילקעס מיט אביסל ווארימע עסן, אויף די זייט ווער ס'וויל קען זיך אליין מכבד זיין ס'איז געווען אביסל מוזיק מ'האט זיך געפריידט צוויי שעה און א גוטע נאכט, די חתונה איז געענדיגט, איך געדענק ווי מיין גאנצע משפחה נערים וזקנים האבן אלע פה אחד נישט אויפגעהערט צו זאגן נאכאמאל און נאכאמאל ווי שיין די חתונה איז געווען און וואס דארף מען מער פון דעם... א מחיה מ'קען חתונה מאכן אזוי ווי אמאל מ'פריידט זיך אמת'דיג ווער דארף די אלע גרויסע משוגענע חתונות...
 
און נישט נאר מיינע קרובים נאר אלע וואס האבן דעמאלט אזוי חתונה געמאכט האבן געזינגען דעם זעלבן ניגון, א מחיה ס'איז אזוי שיין ס'הערליך ווער דארף מער, די עיקר איז אז ס'איז א פיינע חתן כלה... און נאכדעם האט מען עס שוין גענומען א טריט ווייטער, די גוט זאגערס וואס ווייסן אלס צו זאגן ספעציעל ווען ס'קומט צו עתידות ווייסן קלאר צו זאגן אז ס'גייט שוין אזוי אלעמאל בלייבן וועסטו זעהן איך זאג דיר - - - הלוואי...
 
הזמנה'ס איז נישט קיין ספק אפילו דאס קומט נישט צוריק! ווער דארף עס? וועט דער פרינטער מאכן זיין געלט ערגעץ אנדערש אזוי האבן אלע גערעדט, מענטשן קענען שוין חתונה מאכן אין הייזער, די קאפ האט זיך געעפנט, פון היינט און ווייטער איז עס נייע צייטן! מ'גייט שוין נישט צוריק צום אלטן! 
 
וואס האט אבער פאסירט? אודך כי עניתני, צוריק צום אלטן "מיר פאסט נישט", איך בין א נארמאלער מענטש, וואס גייען מיינע "חברים" זאגן? וועלכע חברים די וואס האבן נישט קיין איין גוט ווארט צו זאגן אויף דיר? די וואס לאכן דיר אויס פארן זיך אזוי נאריש מאכן פאר יענעם? פארוואס? יעצט "מוז" נעבעך דער תמימות'דיגער איד וואס וויל זיין א נארמאלער מענטש זיך ווידער צורייסן און צופליקן צו קענען מאכן א "פשוט'ע" שמחה... 
 
ברוך השם אז מיר האבן געטראפן א ראש ישיבה וואס לערנט אונז דאס וואס מוהרא"ש זי"ע האט גע'חזר'ט אלע יארן, אז מען דארף פאר קיינעם נישט האבן קיין מורא נאר פונעם בורא כל עולמים, און נאר אים דארף מען געפעלן, ביי אונז איז דא אינגאנצן א אנדערע סטאנדארד פון נארמאל, א תורה'דיגע אידישע הייליגע וועג פון פראווען א שמחה אז ס'זאל זיין אן אמת'ער שמחה און יעדער זאל אמת'דיג זיין פריילעך, דער ראש ישיבה חזר'ט מיט אונז שטענדיג די הארבקייט פון אריינגיין אין חובות, אפילו למשל אז מען דארף א נייע הוט האט דער הייליגער רבי שוין געזאגט אז מען זאל נישט קויפן אויב מען האט נישט די געלט פארדעם, ענדערש זיי שולדיג פאר דיר א נייעם הוט, ווי זיין שולדיג פאר יענעם געלט. 
 
מ'קען זען אויף די בילדער פון די חתונות אין ישיבה ווי די פנימ'ער לייכטן און שיינען - און איך בין זיכער אז די חתן כלה וואס האבן חתונה "נארמאל" אן דארפן צופליקן די עלטערן האבן נאכדעם א גליקליכע זיסע לעבן און ס'פעלט זיי גארנישט! 
 
בעצם קען איך ענדיגן דעם ארטיקל דא, "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!" אונז האמיר געכאפט א נושא, מ'האט עס דורך געטון, שכוח אייבערשטער פאר מיר שיקן א געדאנק, מ'האט דורך געטון די ווייטאג פון דעם, מ'האט אויך אביסל חוזק געמאכט פון די וואס צולאזן זיך ביי שמחות, איך האלט שוין אינמיטן בעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל האבן געדאנקען אויך פאר נעקסטע וואך צו קענען מאכן א שטיקל ארטיקל פאר די קרית ברסלב בלעטל לייענער, אבער אזוי ווי מיין נאכט האט זיך נישט דא געענדיגט וועל איך ווייטער שילדערן וואס איז נאכדעם געשען... 
 
איך קום ענדליך אן אהיים, מיינע געדאנקען הערן אויף רוישן און פליען איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט מיר חונן דעת געווען מיט אביסל סחורה פאר אן ארטיקל... איך זעץ מיך אראפ ענדיגן לערנען אביסל מיינע שיעורים קבועים נאך א לאנגע שווערע טאג, ס'גייט נישט דורך קיין צוואנציג מינוט און איינער קלאפט ביים טיר. 
 
איך גיי צו טיר איך עפן אויף און ווער מיינט איר איז דארט? מיין חבר פון פאריגע וואך! 
 
יא א גוטן וואס קען איך טון פאר אייך? 
 
געדענקסט אונזער שמועס לעצטע וואך?
 
יא זיכער…
 
ווילסט אפשר הערן אביסל מער איבער היכל הקודש ווייל איך קען רעדן א גאנצע נאכט אן אויפהער... האסט געהערט אביסל שיעורים פון דער ראש ישיבה? האסט אנגעהויבן זאגן משניות? ס'שפירט זיך עולם הבא'דיג אה? 
 
ניין ניין, לאמיר אויסרעדן א מינוט, לעצטע וואך בין ארויס אינגאנצן פארגאפט, איך בין געווען זיכער אז דאס איז עס! איך גיי אנהייבן זאגן משניות און מעביר סדרה זיין, איך גיי זיך נעמען איך גיי אנהייבן געבן גוטע ווערטער אינדערהיים וכו', איך האב אויפגעזוכט וואו איך קען אנהייבן הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה, איך בין געווען פולקאם גרייט! למעשה בין איך יענע נאכט ארויס פארברענגען מיט אפאר חברים און איך האב זיי דערציילט די גאנצע מעשה אז איך בין געזעצן מיט דיר און איך בין געווען אזוי איבערגענומען פון די ליכטיגקייט פון היכל הקודש און אז די פלאץ האט ממש א כח צו טוישן די לעבן פון א מענטש און אז שלום בית איז געהעריג א עכטע זאך יעדער קען צו דעם אנקומען, ס'איז מורא'דיג, איך זאג ענק, איך קען נישט ווארטן צו זען וואס גייט פאסירן מיט מיר! 
אזוי האב איך אלעס דארט דערציילט מיינע חברים, למעשה.... האבן זיי מיר געזאגט... אז... קודם כל "ביי אונז" ווייסטו גאנץ גוט אז ברסלב איז אפגעפרעגט, דיין טאטע און דיין שווער זאלן נאר הערן פון דיר די ווארט ברסלב כאפן זיי גראד א הארץ אטאקע! והשנית זיי זענען בכלל נישט די עכטע ברסלב ס'נאר מוהרא"ש, פון אים האט מען זיכער נישט געהאלטן. דו ווייסט אז די גאנצע זאך פון "זאגן" דאס איז זיין חידוש נאר ביי אים איז דאס דא, אין ברסלב לאכט מען פון דעם וואס מ'זאגט און מ'פארשטייט נישט, טראכט, ס'מאכט סענס? ווער נישט פארקויפט פאר יעדער וואס קומט דיר זאגן וועגן זיין פלאץ, דו ווייסט אז דארט מאכט מען חתונה ביליג אין בית המדרש? ס'נישט קיין "נארמאלע" פלאץ... און אגב אז דו זוכסט צו טוישן דיין לעבן אונז האמיר א פעסטע עצה פאר דיר, נעקסטע וואך קומט דא פון אמעריקע א גרויסער מומחה ער האט שוין געטוישט טויזנטער לעבנס איך זאג דיר, ס'איז נאר פינף טויזנט פונט פאר פיר סעשאנס, ס'איז אזא סעמינאר און ער וועט פשוט טוישן דיין לעבן! דו מוזט גיין איך זאג דיר דאס איז עפעס וואס מ'קען נישט פארפאסן! 
 
פארדעם בין איך דא יעצט געקומען צו דיר אלס הכרת הטוב איך זע ווי דו האסט דיך טאקע אזוי פיל געטוישט... אבער איך זאג דיר דער קורס וועט דיך אינגאנצן טוישן איך האב טאקע באצאלט שווערע געלטער אבער ס'איז ווערד געווען יעדע פעני איך זאג דיר דו מוזט אהין קומען - ס'איז דא דארט בערך זיבעציג היימישע חברה און זארג נישט ס'איז געהעריג קאנפידענשל איך זאג דיר, דיין חבר חיים האב איך געזען דארט און קענסט אברהם שמעון דער וואס ארבעט, יואל הערש - ער איז אויך געווען דארט, געהעריגע נארמאלע מענטשן! דו מוזט עס אויסטרייען איך בין א נייע מענטש! 
 
ממש? 
 
לאמיר הערן וואס טוט מען דארט און ווי אזוי האט זיך דיין לעבן פון דעם געטוישט? 
 
קודם האט ער אונז אויסגעלערנט אז חייב אדם יעדן טאג אן אויסנאם צו האלזן די קינדער און מ'דארף זיי האלזן ביז די קינדער לאזן אליינס אפ און ווער ס'וועט זיך אזוי פירן וועט – כ'ווייס נישט פונקטליך אבער אזוי מוז מען טון -... 
 
אה, נאכדעם, פרעג נישט ער האט אונז אלע געהייסן ליגן אויפן פלאר און אטעמען אין א ספעציעלן רידעם מ'האט צוגעמאכט אלע לעקטערס און ער האט אנגעהויבן מאכן אזעלכע ספעציעלע קולות, ער האט אונז געהייסן זיך קאנעקטן מיט אונזער אינסייד מיט די פארגאנגענהייט מיט די סאבקאנשעס מח ער האט אונז צוריקגעטראגן צו אונזער אינגע יארן פלוצלינג זעמיר אלע געווארן קינדער ער האט אונז געהייסן בלייבן דארט קאנעקטעד און עפענען אלע אלטע ווייטאגן, טרעפן די וועלכע האבן דיר געטשעפעט און מאך שלום מיט זיי. 
 
ער פארציילט מיר ווייטער מיט דראמא: 
 
פלוצלינג זע איך מיין טאטע איך קען אים ממש זעהן שטיין אין פארנט פון מיר איך הייב מיך אן דערמאנען אלע ווייטאג און טענות וואס איך האב אויף אים און איך פארצייל עס פאר מיין טאטע און הייב אן פילן אזוי סאך בעסער, אלע ווייטאג איז אוועק איך בעט זיך איבער מיט מיין טאטע, איך זאג דיר איך האב ממש געשפירט ווי ער שטייט נעבן מיך מ'קען עס נישט מסביר זיין דו מוזט קומען און עס אליין עקספיריענסן... די גאנצע לעבן טוישט זיך... 
 
לאמיר הערן וואס איז געווען ווייטער?
 
ווייטער? גארנישט, ער האט געעפנט די לייטס און אונז זעמיר אהיים אבער דו מוזט פארשטיין איך האב געשפירט ממש געזונט, די אלע אלטע ווייטאגן זענען פלוצלינג אוועק איך האב אפילו נישט געוויסט אז איך האב די אלע ווייטאגן...
 
און?
 
און גארנישט דאס איז עס אין צוויי וואכן ארום איז דא א פאללאו-אפ קורס פאר נאך אפאר הונדערט פונט און מ'מאכט חזרה און שוין דאס איז עס! 
 
זייער אינטערעסאנט אבער פאר אונז גיימיר עס צונעמען לאמיר דיך קודם זאגן די חילוק פון דער קורס וואס טוישט א לעבן צו א צדיק וואס טוישט א לעבן, ביים צדיק בלייבט די לייט צוגעמאכט! 
 
וואס הייסט? 
 
געדענקסט ווען דו ביזט געלעגן דארט אויפן פלאר מיט די פארמאכטע לייטס ווי ס'איז דיר געווען גוט האסט געשפירט געזונט האסט דיך געשפירט אין א גוטע פלאץ ווי אין א זיסע חלום? און וואס האט נאכדעם פאסירט די לייט האט זיך געעפנט ער האט אויפגעהערט מאכן אלע מאדנע גערודער האסט דיך צוריקגעזעצט ווי א נארמאלע מענטש אויפן בענקל און גענדיגט דו פליסט נישט מער צוריק צו די ריאליטי צוריק צו די זעלבע אלטע דיך! 
 
ביי א צדיק אבער איז נישט אזוי, דער רבי האט געזאגט אז ער קען ארויסשלעפן א מענטש פון רפש וטיט מיינט דאס נישט אז נאר היינט ווען איך שפיר עפעס אינעווייניג ווען איך בין קאנעקטעד וכו' נאר מ'בלייבט אייביג מיט די ליכטיגקייט ווי לאנג מ'לאזט נישט אפ דעם צדיק פארשטייט זיך... דער רבי האט א כח צו טוישן א מענטש באמת נישט קיין חלומות און דמיונות און חוזק מאכן פון די מענטשהייט און אונז האבן א ראש ישיבה וואס וועקט אונז אויף פון שלאף יעדן איינציגסטן טאג, אז מ'לעבט מיט די עצות פונעם רבי'ן איז מען א פרייליכער מענטש מ'האט נישט קיין אלטע מיט נייע פראבלעמען נישטא קיין סובקאנשאס וואס דארף טיפול מ'דארף נישט קיין הלכות ווי אזוי ליב צו האבן די קינדער פון א קורס דורך א גרויסער ריזיגער מומחה וואס האט שוין געהאלפן צענדליגע, בהמלצת הרבנים הגאונים שליט"א... נעם מיט דיר א קליין משניות'ל ווי דו גייסט כאפ אריין נאך א פרק און נאך א פרק און אז עפעס דרוקט דיר לויף צום אייבערשטן זאג פארן אייבערשטן וואס שטערט דיר נאר ער קען דיר באמת העלפן, נישט קיין נארישע קורסעס.
איך וויל דיר פרעגן עפעס, דו זאגסט אז דו האסט א בויך מיט טענות אויף דיין טאטע, און ביי די קורס האסטו זיך מיט אים איבערגעבעטן אין חלום אין דמיון ווי אזוי דו ווילסט עס נאר רופן ווען דו ביסט ארויס האסטו זיך ממש געשפירט א שטיין אראפ פון הארץ אלעס איז א מחיה וואס טוסטו אבער אויב דו קומסט ארויס פון די קורס און דיין טאטע שטייט עכט דארט? הע? דו וואלסט דיך געפרייט צו אים ווייל ענק האבן זיך שוין איבערגעבעטן אדער דו וואלסט אויפגעריסן אויף אים מיט נוקלעאר און אים באוואשן פון קאפ ביז פוס מיט אלע דיינע טענות? 
 
אויב ער וואלט עכט געווען דארט? איך גלייב איך וואלט אים מסתמא באוואשן פון קאפ ביז פוס, דו ווייסט וואס ער האט מיר אלס געטון? ער האט מיר אמאל…
 
אנטשולדיגט ר' איד איך בין גאנץ ווייניג אינטערעסירט אבער דו ווילסט מיר פונקטליך מסביר זיין ווי אזוי דיין לעבן האט זיך געטוישט? ס'איז אלס פונקט די זעלבע! נאר ס'פעלט דיר אין טאש אפאר אלפים! דו האסט עפעס באקומען אין די האנט? האט עס דיר אפילו אביסל געטוישט?? אבסעלוט נישט! וואס דארפסטו זיין אן אויבער חכם, נעם די עצות פון רבי'ן ס'קאסט גארנישט, קיין איין פעני און ס'וועט דיר באמת טוישן דו וועסט אנהייבן פילן א טעם אין אידישקייט א טעם אין מצוות א טעם אין דאווענען א טעם אין לערנען די דרך הלימוד דאס לייטערט אויס א מענטש דאס מאכט א מענטש ריין! 
 
הייב אן הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה וועסטו אנהייבן שעצן דיין ווייב נישט ווערן נערוועז פון איר דו וועסט אפּלאזן אלע שמוץ, וועסטו האבן ריינע שטוב גייסטו קענען משפיע זיין אויף דיינע קינדער דיין שטוב וועט ווערן א פלאץ פון אהבה ואחווה ושלום ורעות דו וועסט דיך מחיה זיין צו קענען זיין אינדערהיים, דו וועסט האבן געדולד פאר דיינע קינדער וועסט האבן נחת פון זיי. אבער זאלסט וויסן אז יעדעס מאל דו וועסט פרובירן צו קומען נאנט צום רבי'ן וועט דיר קומען אזעלכע ביטערע מניעות ווייל דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט קיינעם קומען צום רבי'ן ווייל די כח פון רבי'ן איז אסאך שטערקער פון אים אבער אז דו וועסט דיך נישט לאזן וועסט נישט קוקן אויף גארנישט וועט זיך דיין לעבן טוישן, באמת, דו וועסט  ווערן דער פרייליכסטער מענטש אויף דער וועלט, דיר וועט גארנישט פעלן וועסט זוכה זיין צו א לויטערע אידישע לעבן! 
 
איך הער, איך גיי אנהייבן הערן די שיעורים און פאלגן די עצות איך מוז מיר נעמען אין די הענט אריין. איך שפיר מיך ווי אזא נאר אז איך האב געצאלט אזוי פיל געלט פאר גארנישט און פאר נישט... 
 
אפאר טעג שפעטער לויף איך אהיים פרי פון די ארבעט אונז האמיר א חתונה און די חופה גייט זיין פונקטליך אזוי האבן זיי קלאר געזאגט מ'ווארט נישט אויף קיינעם ס'גייט זיין פונקטליך ווייל ס'איז א "תקנה חתונה" בקיצור איך יאג מיר, איך נעם שטריימל בעקיטשע איך העלף מיין ווייב מיט די קינדער אונז זעצן זיך אריין אין די קאר און מ'גייט צו די חתונה!!!
 
איך קום אן, איך גיי אריין אין זאל טרעף איך דער מחותן שטיין ביים טיר - מזל טוב!! ברוכים תהיו אי"ה ביי דיר אויף שמחות! ווי האלט מען מ'גייט שוין צום חופה? ניין דער חתן איז נאכנישט דא! איך קום אריין אין זאל ס'איז מער ווייניגער ליידיג איך באגריס איינער פון מיינע שוואגערס וואס איך האב געטראפן דארט איך טרעף מיר א ווינקל איך נעם ארויס מיין משניות און מיין חומש איך געפון זיך יעצט אין מיין אייגענע וועלט פון מיין זייט קען מען יעצט ווארטן פאר די חתן נאך דריי שעה... צוביסלעך פילט זיך די זאל אן איינע פון מיינע קרובים קומט אזוי העכער מיין קאפ און לאזט זיך הערן: 
 
חומש?! נא נא! 
 
מ'גייט שוין צום חופה...
 
איך קום אן צום חופה טרעף איך מיין קרוב אן איינגעשטעלטער אין א ישיבה א גרויסע "מומחה און פארשטייער צו בחורים"... 
 
איך פרעג אים: וואס מאכט איר?
 
-גארנישט!
 
אבער דאך... ווי אזוי גייט עס?
 
-מעה גארנישט
 
אקעי.
 
אויך איז ער נישט חלילה קיין לינקער טעראפיסט... נאר אן איינגעשטעלטער אין א גרויסע ישיבה אלס א "גרויסער מומחה בתורת הנפש"... ער טיילט חלילה נישט קיין פּילן נאר אזוינע ספעציעלע ווייטאמינען פאר די בחורים... ער האט איינער אין ארץ ישראל וואס איז זיין וועג ווייזער ער איז געווען ביי א שיעור פון יענעם פאר דריי יאר צוריק און ער האט גראד אויפגעכאפט די מעטאד... מ'זאגט אויף אים גרויסע זאכן... 
ער איז נארמאל. 
 
קראך! מזל טוב מזל טוב!!! דער עולם יאגט אריין צוריק אין זאל ס'שטעלט זיך א מנין מעריב איך ווייס נישט פארוואס די בעלי תפילות ביי שמחות האבן אזא מנהג ארויסצוציען די מעריב ביז די געדולד פלאצט שוין... מ'ענדיגט מעריב מ'גייט זיך וואשן מ'מאכט המוציא און "די ערשטע קורס" האט זיך אנגעהויבן! נאך בערך א דריי פערטל שעה זיצן, עסן, שמועסן און הערן פון יעדן זיינע סברות פארוואס די פריים מיניסטער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און דער האלט אז די נייע צוגעשפארטע גאס איז ריין אנטיסעמיטיזם דער חכם גרויסט זיך אז די געוויסע קאנדידאט איז יעצט אויפן בענקל יעצט גייט ווערן סדר וועסטו זעהן! בקיצור איך דארף א ברעיק... איך שטעל זיך אויף און איך קוק זיך ארום אין די זאל איין טיש איז פארבליבן גענצליך ליידיג און אויף איין טיש זיצן די שפילער, זינגער און מענעדשער און דער מחותן מוז נעבעך באצאלן דער בל תשחית ווייל ס'דא א מינימום... 
 
אזוי שטייענדיג פארטראכט און זיך אומקוקן שטעלט זיך די מחותן אויף און ער גייט רעדן אפאר ווערטער: אודה השם מאוד בפי... איך וויל בעטן די עולם צו זיין שטיל נאר פינף מינוט... אזא שמחה געלויבט דער אייבערשטער... מ'זעט טאקע די וואך אין די פרשה... און דאס איז ממש צוגעפאסט אהער... דער אייבערשטער העלפט אז מ'קען זוכה זיין צו אונטער פירן א קינד... בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן! אלעס איז שמחה'דיג און פרייליך און איך טראכט צו מיר וואס טוט ער מארגן? מארגן דארף ער דאס אלעס באצאלן וואו נעמט ער די געלט פאר דעם? מיין הארץ גייט אויס נאר צו טראכטן וואס גייט אויף דעם איד מארגן איבערגיין ווען ער גייט עפענען די אויגן און זאגן מודה אני... אבער ער האט נעבעך אמת'דיג נישט קיין ברירה ער "מוז" אזוי חתונה מאכן ווייל היינט איז דאס "נארמאל" איין באשעפער ווייסט וואס גייט הייסן און ווערן "נארמאל" אין פינף יאר פון יעצט... אונז דארפן האפן בעטן און דאווענען אז די שכל פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה זאל שוין אריינגיין אין די וועלט און גליקלעך מאכן די צובראכענע צושאסענע בעלי שמחה.
 
אונז דארפן דאנקן און לויבן דעם אייבערשטן אז אונז האבן א מנהיג וואס ווייזט אונז וואס מיינט נארמאל אז מ'דארף נישט כאפן א הארץ אטאקע בלויז פון טראטן פון דארפן חתונה מאכן די קינדער נאר פארקערט די מחותנים און חתן כלה זענען אמתע בעלי שמחה! 
 
וועלט ווערט'ס אויך נארמאל!!!