קרעדיט: נפתלי הירצקא וואללנער
 
א גוט יאר מיין טייערע חבר ר' שלמה טעסלער קודם אויב איר קענט זיך פארשטעלן פארן עולם, ווער איז ר' שלמה טעסלער און וואו זענט איר אויפגעוואקסן? 
 
איך הייס שלמה טעסלער, איך בין אויפגעוואקסן אין יוניאן סיטי - ניו זשערסי ביי קהילת צאנז - זוועהיל, היינט צוטאגס וואוין איך אין בית שמש.
 
איך הער שוין די שיעורים פון תשע"ח, און מיין פרנסה איז הפצה ! 
 
ווען איז געווען די ערשטע מאל ווען איר האט געהערט פונעם ראש ישיבה? 
 
ווי פריער ערווענט קום איך פון יוניאן סיטי, עס איז זייער א שטילע געגנט עס קומען דארט נישט אן די וועכענטליכע קונטריסים און ספרים, איין תלמיד הישיבה האב איך געקענט דאס איז זלמן לייב זילבער נרו יאיר, וואס קומט אויך פון יוניאן סיטי, ווען ער איז אריין אין ישיבה האב איך די ערשטע מאל געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
ווי אזוי זענט איר פון דארט אנגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א?
 
דער אייבערשטער האט געמאכט אז איך בין בטבע א נייגעריגער מענטש, איינמאל בין איך געווען אין בארא פארק ביים בית המדרש שומר שבת, איך האב געזען ליגן אויף איינע פון די טישן א קארטל, ס'איז געווען א גרינע קאליר, עס איז געשטאנען דערויף "עצות און חיזוק" מיט די האטליין נומער פון אונטן, איך האב עס אריינגעלייגט אין בוזעם טאש, פונעם טאש איז עס אריין אין מיין לעדל ווי עס האט אויסגעווארט אויף די גליקליכע מינוט.
 
 עס איז געווען ליל בדיקת חמץ ווען מיין טאטע האט מיר געהייסן בודק חמץ זיין מיינע זאכן, איך האב פסח'דיג געמאכט מיין לעדל. איינע פון די זאכן וואס איך האב דאן אפגעפונען איז געווען די גרינע קארטל "עצות און חיזוק" פון ברסלב, איך האב עס אנגערופן און אריין אינעם קנעפל פון חיזוק יומי, עס איז דאן געווען ביי נומער אכט, איך האב געהערט איין חיזוק יומי נאכן צווייטן, איך בין ממש געווארן עלעקטריזירט פון דעם, איך האב נישט געקענט אראפלייגן די טעלעפאן. בשעת מעשה האב איך אויסגעהערט די חיזוק יומי'ס ביז פורים, ס'האט ממש געזעטיגט מיין נשמה, אזעלכע גאלדענע דיבורים, עס איז מיר געווען כמים קרים על נפש עייפה! 
 
וואס האט אייך די מערסטע באיינדרוקט פון די דיבורים וואס איר האט דאן געהערט? 
 
איך האב דאן געהאט א מורא'דיגע פרעשור פון יום טוב פסח ווייל איך האב געזען שטיין פון צדיקים אז ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח איז א גאנץ יאר אפגעהיטן פון עבירות אויב איבערן יאר איז מען לא עלינו נכשל געווארן אין אן עבירה איז דאך א סימן אז פאראיאר איז מען נכשל געווארן לא עלינו אין א משהו חמץ, דאס האט מיר גאר שטארק געבאדערט און נישט געלאזט קיין מנוחה.
 
ביז איך האב געהערט איין חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה ווי דער ראש ישיבה לייגט אזוי שיין אראפ שמחת המצות - זיך צו פרייען מיט א מצוה, מיט אזא זיסע שפראך מיט אלע חן פון דער וועלט, אז אויב מען איז פרייליך מיט מצות קען מען ווערן אפגעהיטן פון עבירות, און אויב איז מען אדורך געפאלן אין עבירות קען מען אייביג צוריק קומען צום אייבערשטן. דאס האט מיך מורא'דיג באיינדרוקט.
 
ווי אזוי זענט איר למעשה אריין לערנען אין ישיבה? 
 
ווען עס איז געקומען די צייט צו אריינגיין אין ישיבה גדולה האב איך געבעטן מיין טאטע צו אריינגיין לערנען אין די ברסלב'ע ישיבה, אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה, בין איך אריין אין די ישיבה פון די חסידות, אבער מיין הארץ האט געבענקט צו די ישיבה, ווען איך האב געקענט האב איך מיר אריינגעכאפט אין ישיבה צו זעטיגן מיין נשמה מיט די זיסע שיעורים. למעשה איז געווען אז ביז דאן האב איך נאכנישט געקליקט מיט די אנדערע עצות ווי למשל די דרך הלימוד וכדומה.
 
 אין ארץ ישראל - דארט ווי איך האב געלערנט - האב איך געטראפן חברים תלמידים פון דער ראש ישיבה און מיר האבן געשמאק געשמועסט און פארברענגט, דארט האב איך געקליקט מיטן דרך הלימוד, איך האב אנגעהויבן לערנען חומש יעדן טאג, אנגעהויבן א שיעור משניות, א שיעור אין גמרא און אזוי ווייטער, אויף אזוי ווייט בין איך געווארן אנגעצינדן אז איך האב אפילו אנגעהויבן גיין הפצה, צושפרייטן פאר נאך אז מען קען ארויסגיין פון אלע פראבלעמען, מען קען זיין א געהאלפענער און האבן א זיסע געשמאקע לעבן מיטן אייבערשטן! 
 
וואס איז געווען אייער ערשטע לימוד וואס איר האט אנגעהויבן מיטן סדר דרך הלימוד ? 
 
ס'איז אינטערעסאנט אז די ערשטע לימוד וואס איך האב דאן אנגעהויבן איז געווען פערציג מאל מסכת תענית דאס האט מיך געכאפט נאך פאר משניות, איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה אז דאס איז א סגולה פאר א שידוך, האב איך עס גלייך אנגעהויבן, ווייל איך האב אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן…
 
דער ראש ישיבה זאגט אלץ ביי די שיעורים אז מיטן סדר דרך הלימוד קען מען אדורכגיין כל התורה כולה, אויב מען מעג פרעגן ווי האלט איר מיט דעם? 
 
שכוח אייבערשטער אז איך האב שוין געהאט די זכי' צו מסיים זיין עטליכע מאל חמשה חומשי תורה מיט רש"י, דריי און צוואנציג מאל משניות, ש"ס בבלי און ירושלמי, זוהר הקדוש און תיקונים, און ד' חלקי שלחן ערוך הקטנים, ועוד ועוד.
 
געוואלדיג! וואס קענט איר ארויסגעבן געוויסע נקודות וואס איר האט באקומען ביים רבי'ן?
 
איך האב מיך אנגעהויבן פרייען אז איך בין א איד, איך האב זיך אנגעהויבן פרייען מיט שלא עשני גוי, איך האב אלץ געטון מצות און מעשים טובים אבער איך בין נישט געווען פרייליך דערמיט, איך האב עס אפגעטון און שוין, היינט נאכן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן פריי איך מיך מיט א יעדע מצוה באזונדער, איך האב פיאות, איך האב א בארד, איך גיי מיט א קאפל, איך היט שבת, איך האב פארדעם אויך געהיטן שבת איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין נסיון נישט צו היטן קיין שבת, אבער היינט בין איך אזוי פרייליך ווען עס קומט שבת, איך טאנץ מיך אינטער ביי לכה דודי, און איך קען קוים ווארטן אויפן קומענדיגן שבת, דאס האב איך באקומען אין ברסלב!
 
אזוי שיין צו הערן! לאמיר אריינגיין אביסל פון די נושא לגבי פרנסה, וואס טוט איר פאר פרנסה צו מפרנס זיין די שטוב?
 
מיין פרנסה איז "הפצה" דאס איז וואס איך טו יעדן טאג, און פון דעם ברענג איך אהיים געלט פאר די שטוב.
 
פארוואס נעמט איר נישט קיין 'געהעריגע' ארבעט?
 
איז לאמיר דיר פארציילן פארוואס איך טוה דאס; איך האב געפרעגט דעם ראש ישיבה פאר די חתונה לגבי פרנסה נאך די חתונה, האט ער מיר געזאגט: "זאלסט לערן א גאנצן טאג, און ביינאכט זאלסטו גיין צוויי שעה הפצה וועסטו האבן געלט בשפע". איך פרוביר צו פאלגן וואס דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט, איך גיי ביי די הייזער הפצה יעדן טאג פאר צוויי שעה.
 
זייער שיין צו הערן אז מען פרעגט אן ערליכער איד וויאזוי זיך צו פירן. מען הערט אז איר לערנט פאר יעדן טאג א דף גמרא, וואס קענט איר פארציילן איבער דעם?
 
פארגאנגענעם יום טוב חנוכה תשפ"ג בין איך געווען אין אמעריקע ביים ראש ישיבה. דעמאלט האט דער ראש ישיבה מיר געזאגט איך זאל אנהייבן פארלערנען פאר די אינגעלייט אין בית שמש דעם דף גמרא, ברוך השם זייט דאן לערן איך פאר דעם דף שוין איבער א יאר, שכח אייבערשטער.
 
ווען איך האב אנגעהויבן פארלערנען האב איך געזאגט פארן ראש ישיבה אז ס'גייט אראפנעמען פון די צייט וואס איז באשטימט פאר הפצה, האט דער ראש ישיבה מיר געזאגט "דאס איז נישט 'אויך' הפצה, דאס איז הפצה". אגב די וויכטיגסטע חלק פון די גאנצע שיעור איז די מילתא דבדיחותא פארן לערנען, ווי אזוי ווייס איך? ווייל טאמער גיי איך פארלערנען די זעלבע דף ווי נעכטן גייט קיינער נישט כאפן דעם טעות, אבער טאמער וועל איך איבער זאגן די זעלבע ווערטל צוויי טעג וועט דער עולם האבן טענות…
 
אוירא דארץ ישראל איז דאך מחכים, וואלט איך געוואלט הערן עפעס א קלוגע טיפ וואס איר קענט איבערגעבן פאר די חשובע ליינער איבער וויאזוי צו גיין הפצה. 
 
ווי פריער ערווענט בין איך מקורב געווארן פון א קארטל אין בית המדרש שומר שבת, די מציאות איז אז נישט יעדער האט די קוראזש צו גיין הפצה ביי הייזער, נאכדערצו א פרישער מקורב, אבער לייגן קארטלעך פון דעם קען זיך קיינער נישט ארויסדרייען, איש בל יעדר! געוואוין דיר איין ווי דו גייסט, לאז איבער קליינע פיס טריט אז א צווייטער זאל זיך אויך קענען מחי' זיין, פארדעם מוז מען נישט זיין קיין אפיציעל דערקלערטער מפיץ, נאר מ'קען ווייטער טאנצן אויף די פארענטשעס און שלאפן ביים שיעור פשוט און זיין א אנדע"ר קאווע"ר מפיץ !
 
פאר די חשובע מפיצים וויל איך איבערגעבן א שיחה וואס איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, מו"ה יוסף זינגער הי"ו האט פארציילט אמאל פארן ראש ישיבה אז ער איז געגאנגען הפצה און דער עולם האט זייער שיין גענומען, האט אים דער ראש ישיבה געפרעגט צו דער עולם האט אויך שיין געגעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז א אינגערמאן וואס גייט הפצה דארף מאכן כאטשיג וויפיל א נארמאלע אינגערמאן וואס ארבעט מאכט א וואך.
 
איר קענט פארציילן פון עפעס א שוועריקייט וואס איר האט ביי הפצה?
 
איך האב אריינגעלייגט מיין הפצה אין א פונקטליכע סדר היום און עס איז געווארן א חלק פון מיין טעגליכען רוטין, אבער אויב אמאל מאכט זיך א טאג וואס איך קען נישט גיין, פאסירט דורכדעם אז א טאג שפעטער קומט מיר אן זייער שווער צו גיין הפצה, די צייטן וואס איך גיי טאג איין טאג אויס, איז מיר הפצה זייער געשמאק, ווייל איך ווייס פון איין זייט ווערן אידן אויפגעראכטן און פון די אנדערע זייט דארף איך צאלן רענט, דעריבער מוז איך גיין הפצה.
 
עפעס א ווארט פאר די ליינער אויף למעשה. 
 
ווי איך האב פריער ערווענט וועגן גיין הפצה מיט קארטלעך וויל איך נאכאמאל מחזק זיין - יעצט ווען איר ענדיגט ליינען דעם הערליכן ארטיקל - אז מ'זאל זיך איינהאנדלען עטליכע פעקלעך קארטלעך און אנהייבן מפיץ זיין דעם רבי'נס אור, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו.
 
א ריזיגן יישר כוח ר' שלמה פארן אוועקגעבן פון די טייערע צייט, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים, איר זאלסט קענען אויפהייבן דעם גאנצן שטאט בית שמש אז דארט זאל קענען ווערן די באזע פאר חסידות ברסלב פון איבער דער גארער וועלט.
א כשרן פרייליכן פסח.
 
אמן. זיי געזונט און שטארק ר' הירצקא האק א לעבן.