קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
אינו דומה השונה מאה פעמים לשונה מאה פעמים ואחד - חז"ל לערנען אונז אז ס'איז גארנישט די זעלבע ווען מען לערנט א זאך הונדערט מאל ווי ווען מען לערנט עס הונדערט און איין מאל. 
 
אנשי שלומינו קענען גוט דעם חז"ל וואס דער ראש ישיבה לייגט מיט דעם אריין אין אונז א חשק צום לערנען מיט'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. כסדר איז דא נאך סיומים פון אנשי שלומינו, דער ענדיגט הונדערט און איין מאל משניות, א צווייטער ענדיגט הונדערט און איין מאל תהילים, איינער א מסכת, יעדער מיט זיין זאך. 
 
די קרית ברסלב בלעטל האלט שוין ביים צווייטן מאל מסיים זיין הונדערט און איינס! יא ס'איז שוין די צוויי הונדערט און צווייטע בלעטל וואס ערשיינט כן ירבו. די בלעטל האט די זכי' צו זיין איינע פון די שטערקסטע הפצה גליונות וואס ערשיינען און ברענגט אידן נענטער צום אייבערשטן. 
 
ס'איז געווען די צווייטע טאג שבועות, נאך א פיינע געשמאקע יום טוב'דיגע דאווענען איז געווען א גרויסע קידוש צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות און דערנאך זענען פארגעקומען די סיומים - א מעמד קידוש השם! קינדער און זיידעס שטייען אין די רייע און מאכן סיומים אויף משניות, ש"ס, מסכתות, תהלים ,אויך דעם רבינ'ס ספרים. דער מעמד גייט נישט ארויסגיין פון מיין קאפּ. 
 
נאכן קידוש מאך איך א נאך ברכה און איך גיי נעמען מיין טלית גרייט צו גיין עסן די סעודה, אויפן וועג ארויס פון שול באגעגן איך מו"ה יואל טייטלבוים הי"ו און ער הייבט מיר באדאנקען " שרייבסט אזעלכע שיינע באשרייבונגען יעדע וואך".
 
אזוי האבן מיר אנגעהויבן רעדן פונעם בלעטל ווי א גרויסע דורכברוך דאס איז פאר היימישע שטובער וואס ווילן האבן געשמאקע ליין מאטריאל לכבוד שבת אבער ס'זאל זיין אויסגעהאלטן און ערליך.
 
דער ראש ישיבה האלט זיך אין איין בארומען מיטן בלעטל וואס פאר א גוטע זאך דאס איז, אזוי תוכן'דיג, דער ראש ישיבה האט שוין עטליכע מאל אפעלירט צו אנשי שלומינו וואס נעמען נישט אריין קיין שום צייטונג אין שטוב אז די בלעטל דאס איז לכתחילה אריינצוברענגען אין שטוב, דאס איז א מאגאזין וואס איז פול מיט אמונה און התחזקות.
 
אויך האט דער ראש ישיבה שוין געשריבן עטליכע בריוו פארן רעדאקטאר מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו איבער דאס גרויסקייט פונעם בלעטל אז דאס איז גאר א שטארקע הפצה, און מענטשן זענען זיך ממש מחי' מיט דעם.
 
ר' יואל פרעגט מיר: "איך ווייס נישט ווי אזוי דו באווייזט עס צו קענען שרייבן די אלע ארטיקלען", איך ענטפער אים אז איך באווייז גארנישט און איך קען גארנישט, נאר יעדע וואך בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען טון פאר הפצה, און ס'זאל מיר איינפאלן גוטע געשמאקע ארטיקלען מיט גוטע לימודים אויף לעובדא ולמעשה.
 
ר' יואל זאגט מיר אז ער האט א חבר וואס איז א שרייבער פאר איינע פון די אידישע וועכנטליכע אויסגאבעס און ער האט אים געפרעגט אמאל ווי אזוי מאכסטו עס? ווי אזוי קומסטו אויף מיט פרישע ארטיקלען יעדע וואך?
 
יענער נעמט ארויס די אויסגאבע פון יענע וואך און זאגט פאר ר' יואל איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל, ס'קומט א געדאנק און מ'שרייבט עס אראפ!
 
ר' יואל פארציילט: איך האב גענומען דעם אויסגאבע און איך הייב עס אן צו ליינען, א גאנצע דראמאטישע געשיכטע אויסגעצויגן אויף אכט זייטן!
 
די מעשה פונעם פלעשל מילך!
 
וואס איז די מעשה? די מעשה גייט אזוי... דער קוה האט זיך געמיטלעך געפאשעט אויפן פעלד אין א שיינע זוניגע טאג און די גוף פון די קוה האט גענומען די גראז און עס געמאכט פאר מילך.
 
איין טאג קומט צו גיין א פארמער מיט א גרויסן שטרויענעם היטל, ער האלט אין האנט א אייזערנע פעסל און ער הייבט אן מעלקן דעם קוה.
 
דערנאך ווערט די מילך געברענגט צום פעקטארי און זי ווערט דארט אויפגעקאכט כדי ארויסצוטרייבן פון איר אלע דשערמס...
 
די מילך שפירט זיך אזוי טראמאטייזט פון די גאנצע דורכגאנג ענדליך קילט זיך די טאפ אפּ און די מילך שפירט שוין אז זי איז אנגעקומען צו איר אייביגע רוה...
 
אבער נאך פאר די מילך קען זיך כאפן די אטעם טראגט מען איר דורך קליינע קלאסטראפאבישע רערן וועלכע טראגן איר צום באטל.
 
דערנאך טראכט די מילך צו זיך אומזיכער איך האף אז דאס איז עס, מ'גייט מיך שוין נישט ארומשלעפן צו נאך פלעצער, איך זיץ דא אינעם קליינעם באטל אינעם גרויסן קאמערציאלע פרידזשידער און דא וועל איך שוין לכאורה פארבלייבן.
 
אבער ניין, איין טאג קומט אריין אן ארבייטער, אן פרעגן כאפט ער דעם גאנצן פאלעט און לאדנט איר ארויף אויף זיין טרעקל.
 
פאר די מילך איז דאס געווען זייער א שווערע דורכגאנג יעצט צו ווערן אויפגעשאקלט עטליכע שעה אויפן גרויסן לאסט טרעקל אבער ענדליך שפירט די מילך ווי מ'נעמט איר שוין אראפּ. עטליכע ארבעטער קומען און נעמען פלאש נאך פלאש און פלאצירן זיי אינעם רעפרידשערעיטער אינעם גראסערי.
 
אה דא וועל איך שוין זיכער האבן מנוחה - זאגט די מילך - דא וועל איך שוין בלייבן און קענען זיין רואיג פון דא וועט מען מיך שוין נישט שטערן....
 
ביז ס'קומט איינער און מיט רשעות עפענט די פרידזשידער כאפט דעם באטל און לייגט איר גראד אריין אין זיין שאפּינג וועגעלע!
 
ר' יואל פרעגט מיר איך דארף ווייטער רעדן אדער דו כאפּסט שוין די געדאנק? אזוי איז עס שרייבער שרייבן שטותים און הבלים און פאר דעם צאלן מענטשן שווערע געלטער יעדע וואך זיך אנצופילן דעם קאפּ מיט נארישקייטן!
 
דער ראש ישיבה זאגט אז מ'זאל נישט נישט אריין נעמען קיין שום צייטונגען אין שטוב אפילו די וואס זענען נישט איין שטיק מינות וכפירה אדער פול מיט פאליטיק זענען פול מיט סתם שטותים והבלים.
 
יעצט ווען עס איז ארויסגעקומען די צוויי הונדערט'סטע בלעטל האט מיך ר' יואל נאכאמאל געזאגט ווי שטארק ער און די משפחה זענען זיך מחי' מיטן בלעטל יעדע וואך, צולייגענדיג אז פאר עטליכע יאר צוריק איז געווען איינע פון אנשי שלומינו וואס פלעגט שרייבן דא דארט א קאלום אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס, ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארייננעמען קיין שום צייטונג ביי זיך אין שטוב וויסנדיג אז דאס איז אין בעסטן פאל איין שטיק שטותים, וואס וועט סתם פארשטאפּן דאס קאפּ, אבער אזוי ווי ער האט זיך דערוויסט אז איינע פון אנשי שלומינו שרייבט דארט א קאלום פלעגט ער יעדע וואך גיין קויפן יענע אויסגאבע און ארויסרייסן נאר יענע ארטיקל כדי ער זאל קענען האבן עפעס ליין מאטריאל לכבוד שבת.
 
יעצט איז געווען די יארצייט פון רבי נתן זי"ע וואס רבי נתן האט געזאגט איידער ער איז נסתלק געווארן - "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג" און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'.
 
דאס איז די קרית ברסלב בלעטל, ס'איז דאס איינע בלעטל וואס איז פול מיטן רבינ'ס התחזקות מיט די זיסע עצות און לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, און דאס שיינט וועכנטליך אריין אן עונג שבת און א ליכטיגקייט אין אזוי פיל היימישע שטובער.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן טאקע האבן די כח ווייטער צו קענען טון דאס וואס רבי נתן האט פון אונז פארלאנגט נעמען דעם רבינ'ס בלעטל און עס אריינברענגען אין די גאנצע וועלט!
 
דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז יעדער איינער קען זיין א מפיץ, יעדער טוט זיין זאך איינער גייט ארום מיט קונטרסים, איינער דרוקט, איינער שרייבט, איינער געבט געלט, און אזוי ווייטער.