קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
זאג נאר, ביי ענק איז דא מופתים?
 
יא! ער האט מיך געכאפט… וואס ענטפער איך יעצט?
 
א מינוט, א מינוט, ווער האט דיך געכאפט? וואס האסטו שוין ווייטער געטון? אלעמאל פונקט דיך, איך קען שוין דיינע מעשיות...
 
ניין לאמיך דיר מסביר זיין… איך האב א חבר וואס איז זייער א נייגעריגער, אויך איז ער א שטיקל מבקש, ער האט ליב צו וויסן און פארשטיין, און שטרעבט צו קענען שטרעבן...
 
ער קלאפט אריין ביי מיר אינדערהיים איין זונטאג, ער ווארט נישט פאר קיין כיבודים ער גייט גראד צום פוינט - "וואס האט פאסירט מיט דיר?"
 
איך קוק אים אן… "וואס ווילסטו פון מיר? כ'האב נישט קיין אנונג פון וואס דו רעדסט, גארנישט האט נישט פאסירט, אלעס איז בסדר געלויבט דער אייבערשטער", איך פרעג אים צוריק: "וואס האט פאסירט? וואס רעדסטו וועגן?"
 
ער קוקט מיר אן ער זאגט מיר: "האק נישט אין קאפ, דו ווייסט זייער גוט וואס איך וויל, נא זאג שוין, וואס גייט פאר? ס'איז א מידלייף קרייסעס? עפעס איז אינגאנצן אנדערש, איך מוז וויסן וואס גייט פאר!"
 
איך קוק אים אן מיט די גרעסטע מאס תמימות, איך פרוביר צו טראכטן, איך ווייס באמת נישט וואס ער וויל פון מיר, געלויבט דער אייבערשטער מיין פרנסה איז מסודר, מיין משפחה איז געזונט, מיינע קינדערלעך האבן א חדר, איך האב א דאך איבערן קאפ, וואס האט פאסירט וואס רעדט ער וועגן?
 
זעענדיג אז איך ווייס טאקע נישט וואס ער וויל פון מיר, זאגט ער מיר אז לעצטנס ווען ער שפאצירט דורך מיין הויז הערט ער א קול תורה, ער האט קודם געמיינט "אקעי, ס'מאכט זיך, ער האט געכאפט א גוטע מינוט, ער איז אויף א היי אויף א אפּ, ער פליט יעצט, מארגן גייט ער צוריק טשילן, והכל על מקומו יבא בשלום"...
 
אבער ס'גייט דורך איין וואך און נאך א וואך, א חודש און נאך א חודש און ער גייט אן... ער קוקט מיך אן און פרעגט מיר: "וואס האט פאסירט? דו פלאנסט שוין צו שטארבן? קם און ענדשוי דיך אביסל! וואס איז דאס מיט דיר?"
 
יא! איך פלאן צו שטארבן! און איך האב גרויס נייעס פאר דיר אז פאר דיר איז אויך דא א פלאן צו שטארבן, צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט, און אפילו דו טראכסט נישט פון דעם גייט עס עניוועי געשען... און מ'דארף כסדר דאס חזר'ן און געדענקען, אזוי ווי די משנה זאגט: "דע מאין באת ולאן אתה הולך ולמי אתה עתיד ליתן דין וחשבון!"
 
יעדן טאג וואס דו אטעמסט האסטו נאך א געלעגנהייט אריינצוכאפן לערנען תורה און טון מצוות ומעשים טובים, זיך אנצוגרייטן אויף יענער וועלט! יא, איך גיי איין טאג שטארבן, אבער ווי לאנג איך לעב לאמיך אריינכאפן און טאקע לעבן - ווייל ברענען צייט איז נאך ערגער פון זיין טויט! 
 
אקעי, עד כאן! דו ביזט ארויף אויף מעדיקעישן? וואו קומט צו דיר אזא שפראך? איך קען דיך, וואס גייט פאר, זאג מיר דעם אמת!
 
דא האב איך שוין אנגעהויבן כאפן וואס ער וויל, "אה דו מיינסט דאס אז איך לערן?"...
 
יא איך קוק דיך גוט נאך און דו ביסט נישט צום דערקענען, אלעמאל פרייליך, דו דאווענסט, דו לערנסט, איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת, קודם האב איך געמיינט אז ס'האט דיר סתם געכאפט א תקופה אבער איך זע דו גייסט אן פעסט, ס'נישט סתם עפעס א דורכגאנג, דערצייל מיר די סודות...
 
אוודאי! איך האב נישט געכאפט וואס דו רעדסט בכלל, אה, לאמיך דיר פארציילן: "איך האב געטראפן א לעכטיגקייט וואס הייסט ברסלע - 
 
וואס?! ביסט געווארן א ברסלב'ער?! ס'ווערט מיר גוט! דיך האבן זיי אויך פארכאפט? זיי זענען א באנדע משוגעים, ניין? 
 
ניין! לאמיר אויסרעדן א מינוט, ווילסט דאך וויסן וואס גייט פאר מיט מיר, יא? הער אויס א מינוט - איך ווייס נישט ווער ס'האט דיר אנגעשטאפט דיין מח קעגן ברסלב, אבער וואס מ'האט דיר נאר געזאגט איז לכאורה שקר וכזב, ברסלב איז א פלאץ פון חיזוק, פון ליכטיגקייט, פון עבודת השם, פון לעבן פאר זיך, פון העלפן א צווייטן, ממש אלע מעלות וואס עס קען נאר זיין! 
 
דער ראש ישיבה האט אמאל געזאגט: "ס'איז באוואוסט אז דער רבי האט געזאגט אז זיין פייערל וועט שוין טליען ביז משיח וועט קומען, אויך האט ער אמאל געוויזן פאר זיין טאכטער אויף עפעס א קינד וואס האט זיך גאר שטארק אויסגעוויינט ביי איר טאטעס קבר אויף אירע צרות, האט דער רבי געזאגט אז זי וויינט נעבעך פאר גארנישט, קיינער הערט איר נישט נעבעך, אבער ביי מיר איז אנדערש, אויב דו וועסט קומען צו מיין קבר און שרייען "טאטע" וועל איך הערן!!! דער רבי האט כסדר געזאגט אז אפילו נאך זיין הסתלקות וועט ער ווייטער זיין דא מיט אונז דורך זיינע תלמידים וואס וועלן ממשיך זיין זיין דרך, משא"כ אנדערע צדיקים האבן אראפגעברענגט אן אור ווי לאנג זיי האבן געלעבט, אבער נאך זייערע פטירה גייט עס אוועק. 
 
און אויף יעדער צדיק בשעת ער לעבט איז דא מחלוקת, מ'קריגט אויף אים, מענטשן האלטן זיך צוריק פון גיין צו דעם צדיק, אבער אזוי ווי דער צדיק ווערט נסתלק פלוצלינג רייסן זיך אלע די האר פון קאפ "אוי, מ'האט פארלוירן א צדיק"... מ'הייבט אן האבן שולד געפילן, "ממש א שאד, איך וואלט דאך געקענט גיין צו דעם צדיק, ער האט דאך געוואוינט ממש דא נעבן מיר"… 
 
טראכט א מינוט, שטעל דיך פאר דער הייליגער ריבניצער וואלט יעצט געלעבט, וויפיל מענטשן וואלטן זיך ביי אים געדרייט? אזא צדיק, אזא גרויסע פועל ישועות, זיכער וואלטן געדאוונט ביי אים א שבת כאטש צען טויזנט אידן… אבער ווען ער האט געלעבט האט ער קוים געהאט מנין ביי זיך… 
 
פירט דער ראש ישיבה אויס: "אבער ביי אונז אין ברסלב וואו דער צדיק לעבט נאך, ער איז נאך דא מיט אונז, זיינע עצות באגלייטן אונז נאך ביז יעצט, איז דער צדיק טאקע נאכנישט נתגלה געווארן אויף די וועלט, אזוי ווי מ'זעהט ווי אלע הייליגע צדיקים, דער רבי מיט זיינע תלמידים זענען אזוי פארשעמט, פארשמירט מיט א בלינדע מחלוקת, "מ'האט יא געהאלטן, מ'האט נישט געהאלטן", וכו', בארעדט מיט כל מיני לשון הרע'ס וכו', דער רבי האט אמאל געזאגט אז מ'האט באשאפן א דמות כאילו דאס איז דער רבי, דאס איז ברסלב, און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף אים! ממילא, לאז דיך נישט נארן פון אלע שטותים און לשון הרע'ס וואס דו הערסט זיך אלס צוזאם אויף דער הייליגער פלאץ, אויב דו וועסט טראכטן מיט שכל וועסטו זעהן אז ס'האט נישט קיין שום ממשות די אלע שמועות רעות… 
 
אקעי דערצייל מיך, ווי אזוי ביזטו אנגעקומען אהין?
 
אה ממש א סייעתא דשמיא איך האב געטראפן א שיעור פון דער ראש ישיבה און - 
 
א מינוט ווער איז דער ראש ישיבה? אה, הרב רוטה שליט"א? וואס? דער פון די חיזוק יומי'ס? ער? וואס האסטו איינגעזען ביי אים? ער איז דאך געמאכט פאר גאר שוואכע! 
 
איך הייב אן טראכטן צו מיר: "גאר שוואכע? וואס מיינט גאר שוואכע? איינער מיט דזשעל פיאות און א סוועדער? איינער מיט א האריגע תפילין בייטל? אדער א בחור וואס נוצט זיינע טאלאנטן?
 
איך ווייס דאך גאנץ גוט וואס דער קוקט אויף זיין טעלעפאן, איך האב שוין געהערט ווי אזוי ער רעדט צו זיין ווייב, איך ווייס פונקטליך ווען ער דאווענט [נישט], איך ווייס דאך אויך אז דער עפענט נישט קיין ספר ווי גרויס די יאר איז... זיין שפראך איז דאך נישט אויסצוהאלטן, אבער ער גייט חלילה נישט קיין דשעל אויף די פיאות, און ער עסט עמלק קוגל א גאנץ יאר, ער שמעקט הדסים מיט גרויס כוונה, און ער האט אפילו א חזקה ביי זיין רבי צו האלטן די שירעם ווען ס'רעגנט ביי קידוש לבנה!
 
ויקץ! איך געב מיר א וועק אויף פון מיינע מחשבות איך לייג צו קאפ, שנעל, איך הייב אן זוכן נקודות טובות, א מחיה, א איד מיט בארד און פיאות, קאפל, ציצית, ער איז א מבקש, ער זעט ווי איינער שטייגט קומט ער צו לויפן, ער וויל אויך, נעבעך.
 
העלוי אלס אקעי מיט דיך? איך פרעג עפעס, ס'שוואכע חברה דארט ניין? אויך אלע בעבי'שע דרשות, וואס האט דיך געכאפט דארט? 
 
איך זע שוין, דא קומט יעצט א לאנגע אפערעישן, "מיין טייערער ידיד, ביטע קומט אריין, זעצט אייך אוועק, לאמיר כאפן א שמועס"...
 
איך ווייס נישט וועלכע לשון הרע דו האסט דיך צוזאם געהערט אויף ברסלב און איך וויל נישט וויסן, אבער איך וועל דיך זאגן אביסל אויפן שפיץ גאפל וועסטו אויך קענען שפירן די גוטע טעם פון היכל הקודש. 
 
דער הייליגע רבי האט אראפגעברענגט א גרויסע אור אויף דער וועלט, א אור וואס דער סמ"ך מ"ם האט בשום אופן זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט דעם, אן אור וואס קען ארויסשלעפן דער נידריגסטער מענטש פון זיינע בלאטעס, און דעריבער האט דער סמ"ך מ"ם אנגעמאכט אזא ביטערע בלינדע מחלוקת אויף דעם הייליגן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים. 
 
ברסלב איז א לעכטיגע פלאץ, א פלאץ פון אמת, א ריינע פלאץ אז דער רבי האט געזאגט אז ער האט א כח ארויסצושלעפן א מענטש פון רפש וטיט, און דאס קען מען זען בחוש יעדער אויף זיך, ווער ס'איז זיך קובע שיעורים אין די ספרים פון דעם רבי'ן און זיינע תלמידים, און פאלגט די עצות מיט תמימות און פשיטות ווערט א נייער מענטש. 
 
און דאס צו טון איז נישט געמאכט נאר פאר עפעס א בעל מדריגה אדער עפעס אן איינגעקנייטשטער אידל, צו עפעס א גרויסער עובד אדער תלמיד חכם, נאר פונקט פארקערט פאר דעם פשוט'סטן פראסטן מענטש וואס איז ביי זיך שוין לאנג מיואש, פאר אים איז דער רבי דא, דער רבי מאכט אים א צדיק, נישטא קיין יאוש, ווי דער ראש ישיבה באקט עס אריין און אונז אן אויפהער אז דער רבי זאגט ס'איז נישט דא קיין יאוש איז נישט דא קיין יאוש! יעצט פרעג דיך אליין בין איך עפעס מיואש? ניין, וואס עפעס? איך בין העפפי, איך האב אפיציעל עפעס א שיעור וואס איך געדענק נישט די לעצטע מאל איך בין געווען דארט... דארפסט פארשטיין, לערנען איז נישט געמאכט פאר מיר... און וואס זאל איך דיך זאגן, איך ענדשוי פשוט נישט צו דאווענען... איך האב גארנישט קעגן דעם, איך האב פרובירט... ס'נישט פאר מיר... 
 
ר' איד, איר זענט איין שטיק יאוש, אבער ווער נישט צובראכן, אונז האבן א צדיק וואס לערנט אונז נישט אויפצוגעבן, און געבט אונז עצות און חיזוק זיך צו דערהאלטן, און לערנט אונז אז אויב פאלט מען בלייבט מען נישט א געפאלענער, נאר מ'הייבט זיך גראד אויף! ווען דער צדיק האט געזאגט אז זיין אור קען ארויסציען די גרעסטע בעל עבירה פון זיין בלאטע ביסטו נישט געווען קיין יוצא מן הכלל, דו מיינסט אויף דיינע נסיונות איז נישט דא קיין וועג ארויס, עד כדי כך אז ס'שוין ביי דיר הרגל נעשה כמותר ר"ל? געב נישט אויף! דער רבי האט אויף אלעס אן עצה, און אונז האבן א מוהרא"ש מיט א ראש ישיבה וואס געבן אונז איבער די עצות אויף אונזער נסיונות אויף אונזער "היינטיגע" רפש וטיט, אויף דאס וואס דו פילסט "אקעי, אבער מיך מיינט מען נישט" האבן אונז צדיקים וואס בראקן אריין און אונז אמונה פשוטה, "יא דיר מיינט מען, דיין קליינטשיגע עבודה איז אזוי גרויס און חשוב ביים בורא כל עולמים", מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז ווען א מענטש וואלט נאר געוואוסט וואס פאר א רעש עס ווערט אין הימל ווען א מענטש רעדט ארויס אפאר פשוטע דיבורים צום אייבערשטן אויף זיין שפראך, וואלט ער א גאנצן טאג געדאוונט און גערעדט צום אייבערשטן! 
 
ער קוקט מיר אזוי אן ווי צו זאגן: "וואס איז די שלש סעודת תורה וואס איך באקום דא? איך בין אריינגעקומען אביסל טשילן און פארברענגען מיט דיך, איך פיל ווי איינער האט מיר דא געווארפן אן אטאם באמבע אויפן קאפ!" 
 
איך זעה ווי ער קוקט מיר אן אזוי שאקירט, ער זאגט מיר: "אלעס פיין און וואויל, אבער עכט! עכט אין מיין לעבן איך האב דאך נישט קיין ברעקל נערוון צו זיצן ביים גמרא, די קאפ פליט מיר גראד אוועק, איך בין נישט געמאכט פון די מאטריאל"...
 
אה, פאר דעם האט אונז דער רבי געגעבן א דרך הלימוד, דער רבי שרייבט אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, א מינוט לאמיך דיר ברענגען די ספר און ווייזן אינעווייניג - קוק וואס דער רבי שרייבט: "אין צריך בלימוד רק האמורה בלבד"! זאג ארויס יעדן טאג א פאר משניות, אפאר פסוקים חומש, אביסעלע גמרא, דו דארפסט גארנישט פארשטיין, דיין קאפ קען פליען אבער דו לערנסט, לאמיר דיך פרעגן: "ווען איז די לעצטע מאל האסט מעביר סדרה געווען?"
 
אפשר אמאל אלץ בחור! 
 
דו ווייסט ווי גרינג עס איז צו מעביר סדרה זיין? זאג זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, עס נעמט נישט מער פון 10 מינוט און סוף וואך ענדיגט מען די סדרה, דו ווייסט ווי גוט עס שפירט זיך? א גאנצע וואך איז דורך און דו ביסט נישט דורך א טאג אן לימוד התורה! ווי לאנג נעמט שוין צו זאגן א פרק משניות, פינף מינוט? מאקסימום צען מינוט! דו ווייסט וואס פאר א גוטע טעם אין לעבן מ'באקומט! די תורה טוישט א מענטש, די תורה מאכט א מענטש פרייליך, די תורה וועט דיך אפהיטן פון עבירות, שוין אפגערעדט פון די אלע סגולות וואס די תורה געבט! 
 
פששש… מורא'דיג! אבער איך ווייס נישט אויב איך בין גרייט צו ווערן א ברסלב'ער... ביי אונז איז עס ממש אפגעפרעגט, ווער רעדט נאך פון פארן אויף אומן... נע! 
 
ווער האט דיר געהייסן ווערן א ברסלב'ער? דו מוטשעסט זיך, דו פאלסט, דו דארפסט חיזוק און עצות, דא איז דא א צדיק וואס קען דיר העלפן! זיי נישט קיין בטלן, נעם דעם רבינ'ס חיזוק, נעם א גליון, אן עצתו אמונה, ס'וועט דיר דערווארעמען דיין הארץ צום אייבערשטן, דו וועסט אויפלעבן! 
 
דער ראש ישיבה זאגט אלס אז מ'מוז נישט קומען צו אים, דו קענסט שטיין ביי דיין רבי אויף די פארענטשעס און דארט רעדן צום אייבערשטן, דארט נעמען די חיזוק פון רבי'ן, היינט איז א דור פון רבי'ס, די ריינע אמונה איז פארדעקט געווארן, מ'האט זיך געמאכט אזא פייער פון רבי'ס און אויף דעם טאר מען נישט רעדן… איך האב אמאל געפרעגט איינעם: "וואס הייסט מ'רעדט נישט אויף רבי'ס, מ'טאר נישט רעדן אויף קיין שום איד, אלע זענען טייער, ניין?! פארוואס נאר אויף דיין רבי טאר מען נישט רעדן? אויך וואס מיינט א רבּי אויב מארגן טו איך מיך אן א האריגע בעקיטשע מיט סוואראווסקי, (אוי, אנטשולדיגט, איך האב מיך פארמישט מיט די ג'אסר'טע תפילין בייטל…) גייסטו אויפהערן מיך צו בארעדן?" ער האט נעבעך שיעור געכאפט א סטראוק פון די שאלה… 
 
בקיצור, צוריק צו אונזער שמועס - און דאס וואס דו זאגסט וועגן אומאן, קיינער קען נישט קומען אויף אומאן אן מניעות, יעדער איינער וואס קומט האט אן א שיעור מניעות אויף די גאנצע נסיעה, אבער דער רבי האט געהייסן אז יעדער איד מוז קומען צו אים ראש השנה! מ'פארט נישט מיט קיין טרעוול אגענט, מ'פארט נאר מיט תפילה! מ'איז א גאנץ יאר משתוקק צו קענען זיין ביים רבינ'ס ראש השנה און זוכה זיין צו די אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט, און מ'פארט נאר מיט תפילה, און א גאנץ יאר בעהט מען דעם אייבערשטן אז מ'זאל קענען זוכה זיין צו זיין אין אומאן ביים רבין אויף ראש השנה, ממילא אויב דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו ווילסט זיין אין אומאן ביים רבינ'ס קיבוץ, וועסטו בס"ד דארט זיין מיט אלע מניעות, אבער מ'דארף גלייבן מיט אמונה פשוטה אז דער אייבערשטער הערט יעדעס ווארט וואס איך רעד צו אים. 
 
ס'הערט זיך זייער אינטערסאנט...  דו זאגסט רעדן צום אייבערשטן, וואס מיינט דאס, שמונה עשרה? איך קען נישט, מיין קאפ פליט ארום, איך קען זיך נישט מצמצם זיין, איך פיל גארנישט!
 
רעדן צום אייבערשטן מיינט זיך דורכרעדן אויף דיין אייגענע שפראך מיטן אייבערשטן, זאג אים וואס קוועטשט דיך, אזוי ווי דו פארשטייסט אז א מענטש גייט צו א טערעפיסט זעצט ער זיך אוועק און ער רעדט זיך אויס אלע זיינע פראבלעמען פאר א מדבר וואס איז ערגער פון א דומם... דער אייבערשטער הערט דיך באמת אויס און ער קען דיר באמת העלפן, און ער וויל דיך העלפן, די כח פון תפילה איז אזוי גרויס אז מיט תפילה קען מען אלעס פועלן! פרשת ואתחנן האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ס'שטייט אז משה רבינו האט געבעטן 515 תפילות כמנין 'ואתחנן' ער זאל קענען אריינגיין אין ארץ ישראל, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אויב וועסטו בעטן נאך איין תפילה וועסטו פועל'ן", אבער בעהט נישט. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז פון דעם זעהט מען צוויי זאכן, איינס, אויב האסטו געבעטן א תפילה און דער אייבערשטער האט דיך נישט גלייך געענטפערט, בעהט נאכאמאל און נאכאמאל, געב נישט אויף, משה רבינו האט געבעטן 515 מאל!!! די צווייטע זאך זעהט מען אז דו זאלסט נישט אויפהערן בעהטן, נאר אויב דער אייבערשטער אליין הייסט דיר… בקיצור, דאס איז התבודדות ס'מיינט רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מ'שמועסט זיך אויס מיט א חבר. 
 
א איד וואס איז געווען מקורב צו מוהרא"ש זצ"ל איז אמאל געקומען צו מוהרא"ש און אים געפרעגט: "וויפיל איז דער שיעור מיט די אלע פשוטע זאכן, ווען גייט מען שוין רעדן פון עפעס העכערס, עפעס מדרגות, שמות, רוח הקודש, ענינים על גבי ענינים, וויפיל איז דער שיעור פון ווייטער רעדן פשוט'ע זאכן?" האט אים מוהרא"ש געענטפערט: "איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, וואס קען דען זיין העכער פון זיך קענען דורכשמועסן מיטן אייבערשטן? דאס איז די העכסטע זאך!" 
 
א מינוט וואס האסטו קעגן טערעפי? 
 
גארנישט! פארקערט, איך אליינס מאך אסאך אסאך טערעפי, א אנדערע סארט, זייער א קאנטראווערסיאלע מעטאד אין די עולם ה'טערעפי, ס'הייסט דער 'רבי'ס טערעפי', איך נעם א משניות און איך זאג אכצן פרקים משניות יעדן טאג, און דאס רייניגט מיין מח פון אלע ע"י ב"י סי"ס...
 
אה הא, מאכסט חוזק, איך האלט אז טערעפי איז זייער א וויכטיגע זאך, איך האלט אז יעדער מענטש דארף בעצם גיין אויף טערעפי! ס'איז אזוי ווי א דאקטער פאר די נפש... מ'דארף זיין געזונט! 
 
פששש… א שטארקע נקודה, אויב אזוי פארוואס מאכסטו נישט קיין קימא טערעפי צוויי מאל א וואך, מ'דארף דאך זיין געזונט?... אפשר זאלסטו אלס גיין מיט א קעסט אויף ביידע הענט און פוס… אפשר גיי אויף דיאליסיס ווייל יעדער דארף, ניין?... 
 
און לאמיך דיר פרעגן דו זאגסט אז א טערעפיסט איז א דאקטער פאר די נפש? דו ווייסט וואס מיינט א אידיש נפש? א אידישע נשמה? א אידישע נשמה קען נישט די חכמה פונעם גוי אויסהיילן, א איד האט נישט קיין טבע, א איד איז נישט א מענטש מיט א נפש הבהמי ווי א גוי, ווי אזוי ווילסטו אז טערעפי - די גוי'אישע חכמות וואס קען זיין אז עס ארבעט אויף גוי - זאל קענען ארבעטן אויף א אידישע נפש? א גוי ווייסט נישט ווי אזוי צו פאררעכטן א אידישע נשמה! שלעפסט דיך קודם צו איינער וואס האט א שיטה אז קודם דארף מען דיר צוברעכן, און דערנאך הייבט מען דיר צוריק אויף... און ווען ס'ארבעט נישט גייסטו זיך שלעפן צו א צווייטער וואס גייט דיר אנשטאפן מיט מעדיצין, און ווען דו רייסט דיך די האר פון קאפ אז אלעס איז געווארן ערגער לויפסטו נעבעך צו איינער וואס האט א פראגראם פון עקסערסייז, ער מאכט ספעציעלע עקסערסייזעס וואס ריליסען ענערגיע פון דיך... אפשר אפשר אויף א גוי ארבעט דאס, אבער מיר זענען עפעס העכערס, א חלק אלוקי ממעל, ווי אזוי קען א גוי'אישע קאפ האבן אן השגה אין דעם בכלל? 



 מ'קען נישט פארעכטן א אידישע נשמה מיט גוי'שע חכמות, דאס גייט קיינמאל נישט ארבעטן, א אידישע נשמה איז אסאך אסאך העכער, ס'איז משתוקק צו תורה, צו תפילה, צו התבודדות, צו אמונה, דאס היילט אונז און דאס איז וואס דער ראש ישיבה האלט אין איין אריינבראטן און אונז, "נעם דעם רבין'ס טעראפי, נעם א משניות, דאס היילט!"
 
איינער האט מיר אמאל געוויזן אויף עפעס א קאמיש אידל אז ווען ס'וואלט ווען געווען טערעפי אין די צייטן ווען ער איז געווען א קינד וואלט ער היינט געווען א נארמאלער מענטש לכאורה, ניין?! 
 
נאך אן אינטערעסאנטע זאך זעט מען מיט טערעפי, א מענטש ווערט מקורב צו ברסלב הייבט זיך גראד אן בלבולים, "ס'איז יא אויסגעהאלטן ס'איז נישט אויסגעהאלטן... מ'האלט יא פון דעם מ'האלט נישט פון דעם, ס'איז נאר פאר שוואכע"... אבער ווען עס קומט צו טערעפי האט קיינער נישט קיין קשיות, יעדער מוז גיין, דא האלט מען דאס איז פאר די גוטע מיט די שוואכע צוגלייך... דו זעסט נישט דא די קליפות בחוש???
 
איך הער, ס'הערט זיך ממש מורא'דיג, וואס זאל איך דיך זאגן, איך בין פארקויפט! איך האף אז דער פלאץ גייט אויך ארבעטן פאר מיר אזוי ווי פאר דיר... 
 
אוודאי! אז דו וועסט פאלגן די עצות פון צדיקים, נישט קיין חילוק אויב דו גייסט געפעפעטע הויזן מיט א טיליפּ אדער אויב דו גייסט מיט א סוועדער...  נישט קיין חילוק אויב דו וואוינסט אין וויליאמסבורג, לאנדאן אדער ארגענטינע, אויב וועסטו פאלגן די עצות וועט דיר דיין לעבן ווערן א גן עדן! דער רבי האט געזאגט אז די גן עדן און גיהנום געפונט זיך דא אויף דער וועלט, אז א מענטש איז מקיים די פסוק השלך על ה' יהבך, ער איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן, ער דאווענט און לערנט איז ער אין גן עדן, און אויב ווערט ער נעבעך פארנומען מיט אלע הבלי עולם הזה, אוי ווי ביטער איז נעבעך אזא מענטש... 
 
אמת אמת, איך פארשטיי זייער גוט וואס דו זאגסט - אבער א רגע, ביי ענק איז דא מופתים? 
 
איך קוק אים אן "וואס רעדסטו וועגן מופתים?"
 
יא ביי מיין רבי איז דא מופתים! אז ביי ענק איז נישטא קיין מופתים איז נישט אינטערעסאנט! 
 
איך זיץ שטיל, וואס דארף איך דעם איד ענטפערן? מופתים?! מיין קאפ הייבט אן רוישן, איך דערמאן זיך לעצטע וואך אין די פרשה זעט מען אז אליעזר איז געגאנגען זוכן א שידוך פאר יצחק, האט ער זיך געמאכט ספעציעלע סימנים צו זעהן ווער וועט זיין ראוי צו קענען חתונה האבן מיט יצחק אבינו. ווען אליעזר איז אנגעקומען צו די ברונעם האט ער געזען א מופת! די וואסער איז ארויפגעקומען צו רבקה! אזא אפענע מופת, לכאורה וואלט ער געדארפט שליסן שידוך אויפן פלאץ, אבער ניין, ער האט בכלל נישט אויף דעם געקוקט, ער האט געוואלט זעהן וואס האב איך אין די האנט וואס באקום איך דא? וועט זי אויך אנטרינקען מיינע קעמלען, ווייס איך אז זי איז א בעלת חסד, אויב נישט וואס האב איך פון די מופתים… און שפעטער ביי בתואל און לבן הרשע שטייט אז ווען זיי האבן געהערט אלע מופתים פון אליעזר האבן זיי געזאגט מהשם יצא הדבר… זיי האבן געזען מופתים זענען זיי פארלוירן געווארן פארדעם… איך דערמאן זיך ווען איך בין געווען א בחור האט מען געזאגט אויף עפעס א רבּי אז ער האט געזאגט אז ווער ס'וועט דאווענען שחרית אין זיין מנין גייט א חתן ווערן, און ס'איז ממש אפענע מופתים, ס'דא בחורים וואס האבן אפאר יאר געדאוונט אין זיין מנין און זיי זענען א חתן געווארן צום סוף, מ'מוז גלייבן!
 
נאכדעם דערמאן איך זיך נאך א מעשה וואס איך האב געהערט אין ישיבה, אז עפעס א רבי'לע האט א מנהג אז ער גייט אין שפיטעלער און זאגט צו אלע קראנקע אז זיי וועלן געזונט ווערן! האט אים איינער אמאל געפרעגט: "ווי אזוי האסטו נישט מורא אזוי צו צוזאגן, וואס טוסטו אויב איינער טרעפט אויס אז דיינע צוזאגונגען ארבעטן אויף טויטע באנקעס?", זאגט אים דער רבי: "איך וועל דיר מסביר זיין, יעדער וואס איך זאג צו און ער קומט ארויס פון שפיטאל ווערט אינגאנצן פארגלייבט אין מיר און ער איז מיינס, און דער וואס נישט, מיינט אז ער מאכט עס נישט אדורך און ער נעמט מיט די סוד אין קבר אריין"... 
 
איך קוק אזוי אן דעם איד מיט צוויי אפענע אויגן בשעת איך פרוביר אביסל צו קאנטראלירן מיינע מחשבות, "וואס זאג איך אים דא, ער דארף א מעדשיק שאו? וואס וויל ער הערן, אביסל טשאדעלע באדאלע? זאל איך אים פארציילן אז אמאל נאכן דאווענען האט מען געברענגט א טאץ קוגל פאר עפעס א גרויסע רבי (תרתי משמע) דער רבי איז געווען אויסגעהונגערט, ער טראכט נישט קיין צוויי, ער געבט א ווארף איבער זיין טלית אויפן קוגל, אלע חסידים קוקן, איינער זאגט אז דאס איז עלית נשמה... פלוצלונג געט זיך דער רבי א הייב אויף די קאפ, ער נעמט אראפ די טלית, והילד איננו… דאס קוגל איז נישטא! דער גבאי בייגט זיך איבער און פרעגט דער רבי מיט די האנט אויפן מויל בסוד סודות, די חסידים ווייסן נאכצוזאגן אז מ'מורמלט יעצט סודות התורה… : "וואו איז די קוגל?", זאגט דער רבי: "אָהההה… אַהההה… א מלאך איז געקומען און אויפגעגעסן די גאנצע קוגל!" זאגט אים דער גבאי: "די מלאך האט איבערגעלאזט איין לאקש אויף דער רבי'ס בארד"...
 
נע, איך קען נישט סתם חוזק מאכן, ס'גייט שוין דורך א מינוט און איך זיץ אזוי שטיל, פלוצלינג פאלט מיר איין: "דו ווילסט מופתים? קוק אויף מיך, דו קענסט מיך, דו קומסט קלאפן אויף מיין טיר פרעגן וואס גייט פאר מיט מיך? ס'געשען א מופת מיט מיר, א רבּי א צדיק האט געמאכט מיט מיר א מופת, א עכטע מופת! וואס ווילסטו מער פון דעם??? דא קענסטו זעהן בחוש די כח פון א צדיק אמת, ווי ער נעמט א מענטש און רייניגט אים! אנשטאט ווערן מיואש און טראכטן "נע, פונקט ביי דיר… אבער אויף מיר וואלט דאס נישט געארבעט", דו ווילסט א בעל מופת, פאלג דעם רבי'ן, נעם זיינע עצות, הער אפאר שיעורים פון דער ראש ישיבה, דיין לעבן וועט זיך טוישן! נישטא קיין גרעסערע מופת ווי דעם!"
 
איך הער, אבער למעשה דארף מען א עכטע רבי!
 
א עכטע רבי?! איך האב אמאל נאכגעהערט א מורא'דיגע ווארט פון ר' יחיאל האלבערשטאם אב"ד פאקשעוויץ מאנסי, א צאנזער אייניקל, ער איז מסביר אז חסידות אמאל, איז ווי א קאווע, די וואס האבן צו דעם פארשטאנען און זיך נישט באגנוגנט מיט א פשוטער גלעזל וואסער נאר זיי האבן געדארפט עפעס מער עפעס וואס גיבט כוחות די האבן געלעבט אויף דעם, און די וואס האבן נישט פארשטאנען צו דעם איז ווי איינער וואס באגנוגנט זיך מיט א גלאז וואסער, ס'לעבט נישט אויף די מענטש, ס'האט נישט די שטויס וואס קאווע האט, אבער ער פארשטייט נישט צו דעם, איז נישט. אמאליגע רבי'ס איז ווי א שטארקע קאווע ס'געבט כוחות דעם מענטש ס'הייבט אים אויף, ס'זעטיגט אים די נשמה! אבער היינטיגע רבי'ס זאגט ער איז ווי א דיקעף קאווע, ס'זעהט אויס ווי חסידות, ס'שמעקט פון חסידות, ס'האט אפילו א נאך טעם פון חסידות, אבער ס'איז נישט חסידות! אלעס איז דא אבער עיקר חסר מן הספר, ס'פעלט די עיקר. 
 
אמאל מאכט זיך ווען איך גיי דאווענען מנחה, קומט א איד מיט די ארבעטס קליידער מיט א בלויע העמד און א הויזן וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן... און איך זעה נאכן דאווענען ווי איינער, אזא חסידישער פארקנייטשטער אידל גייט צו צו אים און מוסר'ט אים אריין, היתכן, אזוי קומט מען דאווענען, ס'איז נישט קיין דרך ארץ פאר א ביהמ"ד... און איך טראכט אזוי צו מיר אז דער אידל זיצט מסתמא ביי זיין שבת טיש און דערציילט מיט א ברען די מעשה ווי אזוי דער הייליגער קדושת לוי האט געזען ווי א איד א בעל עגלה שמירט די רעדער פון זיין וואגן אינמיטן דאווענען, און דער הייליגער בארדיטשוב'ער - דער סניגורן של ישראל געבט א שריי אויס: "הייליגער באשעפער, קוק אויף דיין טייער פאלק, אפילו אינמיטן שמירן די רעדער דאווענט ער!" און איך טראכט אזוי רבש"ע, אונז פארציילן אזעלכע שיינע מעשיות פון די פריעדיגע דורות, וואס וועט מען זאגן אויף אונז? פארוואס קענען מיר זיך נישט לערנען פון די אלע שיינע מעשיות אויך זיך אזוי צו פירן? 
 
פסח ביינאכט דערציילט מען אז אמאליגע צדיקים פלעגן גיין אונטערהערן ביי די עם הארצים זייערע טעותים, דער עם הארץ זאגט "מחותנים לפניך" אנשטאט מונחים לפניך, און די צדיקים האבן דאס אלס אויסגעטייטשט אויף העכערס און געזאגט אז די תמימות פון די אידן גרייכן ביז די כסא הכבוד! פשששש… מורא'דיגע מעשיות! ר' איד, איר ווייסט אז היינט איז אויך דא אזעלכע מעשיות, היינט איז אויך דא בחורים וואס ווייסן ליידער נישט פון וועלכע זייט מ'עפענט די גמרא... אנשטאט זיצן און אונטערהערן זיין תמימות ווארפט מען אים נעבעך אויף די גאס, וועלכע ישיבה וויל דען נעמען אזא בחור, און אנשטאט זיין תמימות זאל גרייכן די כסא הכבוד גייט ער נעבעך ארויס לתרבות רע ה' ירחם! 
 
וואס האט מען פון דערציילן די אלע מעשיות אויב מ'לעבט נישט מיט דעם? איך פריי מיך אזוי שטארק צו קענען זיין אין היכל הקודש, צו זיין א פלאץ וואס איז ווי אן אטענטישע קאווע! א פלאץ ווי עיקר איז עיקר און טפל איז טפל! 
 
די גאנצע תורה איז פול נאכאמאל און נאכאמאל מיט איין זאך, ליב האבן א צווייטן, נישט טשעפענען א צווייטן, פון איין זייט זעט מען אז ווען א גוי איז געקומען צו הלל הזקן ער זאל אים אויסלערנען די תורה אויף איין פיס האט אים הלל געענטפערט: "מה דעלך סני לחברך לא תעביד!" דאס איז די תורה, די תורה איז געב אכטונג אויף א צווייטע איד! 
און פון דער אנדערער זייט זעט מען די הארבקייט פון דעם אז כאטש וואס די משנה זאגט 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא', אבער 'המלבין פני חבירו אין לו חלק לעולם הבא!' און ואהבת לרעך כמוך וכו'. 
 וואס איז פשט אז מ'זעט ליידער אין זייער אסאך חסידישע פלעצער ווי מ'איז זייער נישט מקפיד אויף דעם, (גרינג גערעדט...) ס'איז דא אזוי פיל מוסדות'ן און בנינים, אידישקייט בליעט, א מחיה! ס'איז אפילו דא א בלאק וואוט! (מער באריכות אויף די נושא אין א קומענדיגע ארטיקל בס"ד), אבער דער עיקר פעלט, דאס פלעגט מיר אלס זייער שטארק באדערן, ווי אזוי קען מען פון די עיקר פארגעסן? מ'זאגט עס, מ'לערנט עס, אבער מ'טוט עס נישט! 
 
ביז מיט גרויס חסדים בין איך אנגעקומען אין היכל הקודש, און מ'רעדט פון דעם און מ'לערנט עס, אבער בעיקר לעבט מען מיט דעם! מ'איז מחנך ליב צו האבן א צווייטער איד, אפגעזען פון זיינע שיטות, פון זיין לבוש, פון די וועג ווי אזוי ער פירט זיך, אא"וו, א איד דארף מען ליב האבן, אויף א איד דארף מען זוכן צו זעהן נאר גוטס! מ'לעבט מיט דעם באמת. תמימות ופשיטות איז א יסוד, נישט א חסרון, דער ראש ישיבה האלט אין איין חזר'ן אז דער אייבערשטער האט ליב דיינע טעותים, פארקערט, דער אייבערשטער האט נחת פון דעם בחור וואס מוטשעט זיך ארויסצוזאגן די פאר ווערטער גמרא וואס ער קען נישט די עברי, דאס האט דאך ביי אונז אזא חשיבות. אבער ס'קומט מיט א פעקל, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך אויף די לענג און די ברייט, ער לאזט נישט לעבן, אלעס אבי נישט די דרך הלימוד.
 
איינער קומט מיר פרעגן: "פארוואס נעמסטו נישט יעדן טאג צוויי פרקים משניות און לערן עס טיף צו פארשטיין?", זאג איך אים: "צוויי זאכן, קודם כל, אויב דער רבי שרייבט אז ממילא יבין וואס דארף איך זיין אן אויבער חכם? און צווייטנס, פארוואס פאר אפאר חדשים צוריק ווען איך האב קוים געעפענט אמאל א אידיש ספר איז דיר נישט איינגעפאלן מיר צו קומען פרעגן אפשר לערנסטו בלויז צוויי משנות א טאג? אלא מאי דו מיינסט נישט מיין לערנען, טוט מיר א טובה ר' איד, זייט נישט דער שליח פונעם סמ"ך מ"ם!"
 
געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו קענען זיין אין היכל הקודש, וואס לערנט אונז פשטות יהדות מיט אן אמת און מיט שמחה, א מחיה איך בין א איד! 
 
איך בין געווען אמאל ביי א דרשות התעוררות פון עפעס א געוויסער מגיד, און ער האט געשוימט: "א נייע זאך, דער אייבערשטער האט מיך ליב… א נייע פירצה, וואס איז דאס? פונעם אייבערשטן האט מען מורא! מ'מאכט אזוי ביליג דעם אייבערשטן, דו שלעפסט אים אראפ צו דיין פּיצא און סושי"... אזוי האט ער געהאקט און געזעצט... 
 
יענער וואך איז געווען פרשת כי תבוא, איך האב אים געוואלט גיין פרעגן נאכן שיעור אויב ער קען מיר טייטשן די פסוק כי אהבך ה' אלוקיך... 
 
ב"ה מיר ווייסן אז דער אייבערשטער האט אונז ליב, און ער ווארט מיר זאלן קומען צו אים און רעדן צו אים און תשובה טון צו אים. דער רבי לערנט אונז אז אין יעדער מצב וואס א איד גייט דורך איז דער אייבערשטער דארט מיט אים און ווארט ער זאל זיך אומקערן! 
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!