קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
משה זאב מיין יוגנט פריינט איז אלץ געווען אן אוזן קשבת, יעדער איינער פלעגט זיך מיט אים דורכרעדן אלע זייערע ענינים און פראבלעמען, ער פלעגט גוט אויסהערן און פראבירן צו געבן גוטע עצות.
 
למעשה ווי די יארן זענען דורך האט ער זיך געטראפן אין מצב אז ער מוז ארויסגיין מפרנס זיין זיין שטוב.
 
נאטורליך איז אים די ערשטע זאך ארויפגעקומען אויפן געדאנק צו ווערן א טעראפיסט! ער קען ווייטער טון וואס ער טוט ביז יעצט, זיין דער גוטער חבר, דער אוזן קשבת, און נאך לייזן אפאר טאָלער פון דעם אויך, ס'דאך ממש געוואלדיג!
 
ער האט פארמאגט א געוואלדיגע ווילן צו העלפן מענטשן, א אמת'ע גוט הארץ און דא וועט ער קענען אלץ אויספירן אויף איין מאל, זיין דער גרויסער באוויסטער גוט הארץ און גלייכצייטיג ברענגן פרנסה אין שטוב.
 
ער לאזט זיך גראד אריין אינעם ענין ער הייבט אן דורכטון מעטאדן איינס נאכן אנדערן, צוביסלעך נאכן דורכבלעטערן עטליכע און צוואנציג ביכער הייבט ער שוין אויך אן צו האבן א דעה אינעם ענין, ער ווייסט שוין וועלכע מעטאד ס'איז זיכער אפּגעפרעגט. אויך טראכט ער אז די מעטאד פון יענער גרויסער פראפעסאר דאס קען גאר גוט ארבעטן פאר מלמדים...
 
בקיצור ער הייבט צושטייטלעך אן ווערן א מבין, יעדע שמועס וואס ער האט ווערט אן אסעסמענט. ער טוט דורך יעדע קנייטש אויפן פנים און האלבע שמייכל וואס יענער מאכט צו וויסן וואס האט דאס טאקע געמיינט...
 
זיינע נאנטע ידידים פאר וועמען ער איז געווען אזא שטארקע אוזן קשבת האבן אנגעהויבן פארלירן די געדולד צו אים, ווייל ביי יעדע שמועס פלעגט קומען אזעלכע קשיות ווי 'פארוואס האסטו אזוי געשפירט?' אדער 'וואס האט דיר באמת געשטערט פון אנקומען צו דיין ציל?'
 
זיי האבן געשפירט ווי זיי רעדן צו א ביכל געשריבן דורך א ראבאט וואס האט נאך אין לעבן נישט באגעגנט א מענטש, ס'איז פארגאנגען די אפעטיט אים צו באגריסן. ווען איינער האט אים געזאגט אינדערפרי א פשוטער "גוט מארגן", איז אנשטאט צו צוריק באגריסן "גוט מארגן א גוט יאר" פלעגט ער פרעגן וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס דו באגריסט מיך יעצט? דו שפירסט זיך אומזיכער מיט דיינע לעבנ'ס באשלוסן? דו שלאגסט זיך מיט דיינע שלעכטע נאטורן? דו לאזט דיין לאו קאנפידענס דיר באהערשן?
 
קען מען לעבן מיט אזא מענטש? יעדער איינער וואס האט זיך אפּגעשאקלט פון אים האט ער אים גלייך געגעבן אן אומזיסטע דיאגנאז. ער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ווען יענער געוועזענער חבר זעט אים, לויפט ער גראד אריבער צו די אנדערע זייט גאס... עפעס אפאר עי בּי סי'ס און יעדער ווערט אפגעשריבן אלס א קראנקער.
 
די פראבלעם איז אבער געווען אז חוץ פארלירן אלע זיינע חברים האט ער נאך גארנישט ארויסגעקעשט פון זיין מיסיע פון ווערן דער גוט הארציגער אוזן קשבת טעראפיסט. קיינעם געבט נישט קיין רויטן גרייצער אן דעם וואס ער זאל פארמאגן אן אפיס מיט עטליכע פלענטס און א פיש טענק, און איבער אלעם עטליכע פּיקטשער פרעימס מיט גאלדענע סטעמפּס וואס באשטעטיגן אז ער איז דורכגעזעסן עטליכע קורסן און האט זיך אויסגעצייכנט צו קענען ווערן א 'לייסענסד גנב'!
 
וואס טוט מען דא? די ישיבות און מוסדות זאגן אז מ'וועט אים נאר שיקן בחורים און קינדער אויב וועט ער קענען באווייזן אז ער איז 'לייסענסד' מ'קען נישט געטרויען סתם יעדער שמויגער... אבער אויב האט דער שמויגער א באשטעטיגונג פון א צווייטער שמויגער דאן איז אלעס כשר וישר און אדרבה ואדרבה אפילו די געזונטע קינדער זאל מען שיקן צו אים ועל פיו יבוא ועל פיו יצא.
 
ער לאזט זיך ארויס אויפן יאגד זוכן דעם פאסיגן שמויגער וואס וועט אים קענען גוט אויסלערנען דעם פאך פון האלטן א פּעד און זאגן "אהעם אהעם, די צייט איז שוין פאריבער, קום צוריק נעקסטע וואך מיטוואך נאכמיטאג און דאן וועלן די רעזולטאטן זיין פונקט ווי די פון היינט…"
 
נאכן גוט זוכן טרעפט ער א פאסיגן 'סעמינאר' וואו מ'דארף אויסהערן עטליכע שעה דרשות און שיעורים פון די גרעסטע פון די גרעסטע! דארט קומען עטליכע פלאטשיגע פראפעסארן און קעיטערן א סעמינאר פארן היימישע עולם לתועלת הענין.
 
סוף סעמינאר וועט זיין א לייוו חזרה וואס וועט צייגן וויאזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט א קליענט, און נאך די גאנצע סעמינאר וועט מען באקומען א פּיקטשער פרעים מיט א צעטעלע וואס פארמאגט א גאלדענע זיגל אז דו ביסט פון היינט און ווייטער לייסענסד און סערטיפייד, און פארשטייט זיך אז כיבוד קל וועט סערווירט ווערן דורכאויס דעם גאנצן מעמד.
 
ער שפרינגט ארויף אויף די ווילדע מציאה, א מחי', ענדליך גייט ער קענען אביסל ארויסקעשן פונעם גאנצן געשעפט. ער חלומ'ט זיך שוין פון זיין אפיס מיטן ריזיגן בענקל, דעם גראבן געלן פּעד מיט וואס ער וועט שפילן טיק טאק טאו קעגן זיך אליינס. דעם פיש טענק וואס ער וועט יעדן טאג פיטערן, און בעיקר די לעדל מיטן הויפן קעש, ס'גייט זיין פיין.
 
ער שרייבט זיך איין פארן סעמינאר ער נעמט דאס זייער ערנסט דאס איז די גרינדשטיין פון זיין קאריער ער גייט צו צו דעם מיט גרויס פארזיכטיגקייט און ערנסטקייט.
 
ער ברענגט מיט זיין געלן בוך וואו ער גייט שרייבן יעדעס ווארט וואס גייט נאר ארויסקומען פונעם פראפעסארס מויל, ער גייט יעדע זאך קענען, ער מוז זיך ארויסזען פונעם קורס מיט די פאך אין די האנט.
 
די פינף אלפים וואס ס'האט געקאסט צו קענען מיטהאלטן דעם פיר שעה'דיגן קורס האט ער געבארגט פון א חבר נאר ממש פאר געציילטע וואכן ביז די געלט הייבט אים אן אריינרעגענען פון צובראכענע אידישע קינדער און דערנאך וועט ער טראכטן אויב מוז ער בעצם על פי דין באצאלן ווייל ס'דאך נישט דא קיין געהעריגע שטר ס'נאר געווען היימישע מעשיות...
 
ער זיצט שוין ביים סעמינאר מיט די אויערן אנגעשפיצט נישט צו פארפעלן א ווארט פונעם אפגעריסענעם גולם וואס האלט די מייק אין די האנט. ער שרייבט נאך ווארט ביי ווארט. די ערשטע מעטאד ארבעט אזוי, און אויב דאס ארבעט נישט דאן דארף מען נוצן א צווייטע מעטאד וואס רופט זיך אזוי. זאכן זענען קלאר און נאכדעם ווערן זיי צומישט און נאכדעם ווערט עס ווידער קלאר און יעצט איז ער שוין צומישט.
 
אזוי פליט אריבער די צייט, ס'איז געבליבן נאך צוואנציג מינוט און יעצט גייט מען פארשפילן לייוו א סצענע פון א טעראפיסט מיט א פאציענט. דער פראפעסאר פרעגט ווער וויל שפילן דעם פאציענט?
 
ער הייבט אויף די האנט און מאכט הההההה אזוי ווי אין חדר 'איך איך', ער איז אזוי ענטוזיאסטיש ער איז פולקאם גרייט. דער פראפעסאר רופט אים ארויף אויפן בימה און פרעגט ווער וויל שפילן דעם טעראפיסט?
 
א צווייטער מוצלח קומט ארויף ער איז גרייט צו שפילן דעם טעראפיסט! געוואלדיג! דער פראפעסאר זעצט זיך ביי דער זייט און זאגט פאר די צוויי ליצים אויפן בימה איך וועל ענק באטראכטן עטס שפילט כאילו ס'איז אן אמת'ע סעשאן יעצט.
 
דער וואס שפילט טארעפיסט הייבט אן: גוט מארגן וואס מאכסטו? ווי אזוי פילסטו?
 
אונזער חכם צערטלט נישט ער גייט גראד צום פוינט איך שפיר זיך זייער אומזיכער און ליידיג.
 
פארוואס? וועלכע זאך מאכט דיר שפירן אזוי?
 
איך וועל דיר זאגן, איך וויל ווערן א טעראפיסט אבער דערווייל גייט מיר גארנישט, קיינע קליענטן האב איך נישט איך ווער משוגע מיטן טאג איך קען זיך נישט ארויסזען פון בעט איך ווייס נישט וואס צו טון!
 
אהא זייער שטארק וואס דו זאגסט. ווען בעיקר פילסטו דער צובראכנקייט? ווען געשעט עס? ס'געשעט גראד ווען דו שטייסט אויף אדער פאסירט דאס אויב איינער טשעפעט דיר? אפשר גאר ביים גיין שלאפן? ווען הייבסטו אן שפירן צובראכן?
 
גראד ווען איך שטיי אויף! אזוי ווי איך עפן נאר מיינע אויגן פאסירט עס.
 
איז אפשר דארפסטו האבן א סקעדשול, א געהעריגע סדר היום וועסטו נישט אזוי שפירן.
 
זיכער דארף איך א סדר היום ענטפערט ער אבער א סדר היום איז נאר דא ווען איך ווייס ווי אזוי אנצופילן דעם יום דערווייל האב איך נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג.
 
און דאס מאכט דיך פילן ווי אזוי דו שפירסט? פרעגט ער שוין האלב אומזיכער בשעתן קוקן אויפן פראפעסאר צו מאכן זיכער אז ער פרעגט גוט און די פראפעסאר שאקלט מיטן קאפּ ווי צו זאגן "טאמבס אפּ" זייער גוט גיי ווייטער.
 
די צוויי האבן זיך געדרייט אין א ראד אן קיין וועג ארויס… די טערעפי וועלט ווייסט נישט אז מ'קען זאגן פרקים משניות און דפים גמרא, ער קען אים נאר דרייען און דרייען ביז ער ווערט צודרייט.
 
דער זייגער ווייזט אז דו קורס איז אריבער, דער פראפעסאר האקט אריין דעם פארלוירענעם סעשאן פון די צוויי קליענטן, און זאגט יעדער זאל פאר זיי פאטשן, זייער גוט פארגעשפילט דעם בוידעם קלאץ מעטאד, יעצט קען יעדער באקומען דעם פּיקטשער פרעים מיטן סערטיפיקעט. דער פראפעסאר פילט זיך אן זיינע טאשן און משה זאב נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש צוטומעלט און צומישט, ער ווייסט נישט ווי אזוי צו טראגן זיין לעבן ווייטער.
 
עטליכע חדשים זענען אריבער און משה זאב הייבט אן שם'ן אלס א שם דבר אינעם טערעפי וועלט, ער ניצט נייע מעטאדן ס'איז ממש מורא'דיג, קוק נאר זיין אפיס וועסטו שוין אלעס פארשטיין, א טערעפי אפיס מיט יעדע מין פיטשעווקע וואס די דמיון ערלויבט נאר, און מיט אזא אפיס מוז דאך זיכער זיין אז ער איז גאר געלונגען...
 
איין טאג טרעפט ער מיר און זאגט מיר אן אינטערעסאנטע זאך וואס ער האט אויפגעכאפט, אז זיינע קליענטן רעדן זיך אויס צו אים און פארענטפערן זיך פאר אלע שטותים וואס זיי טוען, פון דער אנדערע זייט האט ער א שוואגער אן איידעלע אינגערמאן וואס איז מקורב צו היכל הקודש און יעדער מאל ער רעדט מיט אים רעדט ער פונקט א פארקערטע שפראך. למשל איך האב א קליענט שוין בן ארבעים וואס גייט שוין אדורך א מידלייף קריזיס ער הערט זיך נישט אויף אפּרעדן אז ווי גרויס די יאר איז עפענט ער נישט קיין ספר ער לערנט נישט קיין אידיש ווארט, און יעדעס מאל ווען ער טראכט נאר אז ער גייט לערנען ווערט ער פארשפילט מיט שטותים, ס'גייט אים נישט.
 
ווידער דער ברסלב'ער אידל זאגט אים ביי א משפחה שמחה אז ווי ער גייט נעמט ער מיט א קליינע משניות אין טאש, און דער שוואגער זאגט אים "איך האף ביזט נישט ברוגז אז איך זיץ דא מיט א משניות, דער רבי זאגט אז מ'זאל זאגן די ווערטער אפילו מ'פארשטייט נישט ווייל צום סוף וועט מען פארשטיין".
 
אויך זאגט ער אז א קליענט האט זיך ממש צו וויינט אין זיין אפיס אז ער איז בעל חוב עצום ער האט חתונה געמאכט שוין צוויי קינדער און האלט יעצט פארן חתונה מאכן דעם דריטן, ער שפירט ווי ס'קוועטש אים שוין ביים הארץ ער קען נישט דערהייבן די חובות ער האט נישט מושג פון וואו אין די וועלט ער וועט דאס קענען באצאלן, אבער מוזט פארשטיין איך קען נישט חתונה מאכן אן קיין קארווינג סטעישאן מ'דארף דאך זיין נארמאל!!!
 
פון די אנדערע זייט האב איך געהאט א חבר א ברסלב'ער וואס האט חתונה געמאכט זיין זיבעטע קינד טאקע ביי ענק אין בית המדרש, און דער מחותן זאגט מיר "זייט נישט ברוגז אויב איז נישט דא קיין צוועלף פערזאן קווייער מיט שמארגעז באורד פון איין עק זאל צום צווייטן, אנגעגרייט ספעציעל פארן גארבידש אבער איך בין נישט פאר קיינעם שולדיג קיין רויטן גרייצער".
 
ווידער זאגט ער האב איך געהאט צוויי וואכן צוריק א קליענט וואס האט ממש געוויינט, ער האט בחור ממש א ר' עקיבא איגר! יא ממש אזוי, פארשטייט זיך אז איך קען נישט נעמען פאר אים 'סתם' א שידוך. דער בחור גייט שוין זיך יערן די פינף און צוואנסטיגסטן יאר און די טעלעפאן קלינגט שוין נישט אפילו...
 
גראדע דארט איז געווען אן אינטערעסאנטע מעשה ווייל איך האב שיעור געמאכט דארט א שידוך ווייל מיין נעקסטע קליענט יענעם טאג איז געווען כמעט די זעלבע מעשה. קומט אריין א איד און ממש ער וויינט ער קען דאס שוין נישט נעמען ער ווייסט שוין נישט וואס צו טראכטן זיין טאכטער איז שוין פיר און צוואנציג, זי איז אזא מצוינת און מ'האט נאך גארנישט אנגעטראגן עפעס גענוג פאסיג.
 
איך גיי נישט זאגן אז איך זוך נאר משה רבינו ממש זאגט דער איד אבער עפעס אזאנס זוך איך... וואס טוט מען?
 
איך האב געטראכט צו זיך אז אפשר קען איך דא מאכן עפעס א שידוך מיט די צוויי אידן, אבער ס'ממש א שאד ווייל ער זוכט משה רבינו און ער האט א ר' עקיבא איגר ווייס איך שוין נישט אויב ס'שטימט… 
 
איך האב אים געגעבן אן עצה זאגט דער טערעפיסט אז ער זאל פון היינט און ווייטער אנקוקן זיין טאכטער ווי זי איז פיר און צוואנציג יאר אינג נישט ווי זי איז פיר און צוואנציג יאר אלט…
 
אז מ'איז סערטיפייד און מ'האט אפילו א פיש טענק קען מען דען רעדן נישט צום זאך?
 
ווידער זאגט ער אז ער האט א חבר וואס האט געטון א שידוך מיט זיין זון און איך פרעג אים ווי אלט איז דער בחור און ער ענטפערט מיר אז ער איז זיבעצן, שוין כמעט אכצן...
 
זעענדיג מיין פנים הייבט זיך דער מחותן אן פארענטפערן, אז ביי די חתונה וועט ער שוין זיין אכצן, מען האט אים אנגעטראגן א וואוילע געזונטע מיידל ווי האט ער בכלל געקענט זאגן ניין?
 
אזוי - פירט דער סערטיפייד משה זאב אויס - עפעס א סוד האבן ענק אין היכל הקודש ביי ענקער ראש ישיבה אז אלע פראבלעמען וואס קומען אן ביי מיר אויפן טיש איז ביי ענק פונקט פארקערט!
 
ווי גליקליך זענען מיר צו קענען לעבן די תורה וועג, און נישט די גוי'אישע גאס וועג (ווען איך האב פראבלעמען וועט מיר נאר העלפן א פרק משניות און א בלאט גמרא, גארנישט עפעס אנדערש)! קענען מחנך זיין די קינדער די וועג פון די תורה און נישט פון פראפעסארן! קענען לעבן אן קיין חובות און חתונה מאכן די קינדער רואיגערהייט (איך זוך נישט קיינעם צו געפעלן, איך קוק וואס איז גוט פאר מיר)! די חברה וועלן עס קיינמאל נישט פארשטיין, ס'קומט אלעס זאל זיין קאפויער פונקט פארקערט, די סדר איז אז ביי די אכציג קרעכצט מען "אוי וואס וועט זיין א גאנץ לעבן גארנישט געלערנט גארנישט געטון נאר נאכגעלאפן דעם פארמאכטן האנט פונעם יצר הרע".
 
אשרינו אז מיר קענען לעבן מיט תכלית! אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס ווייזט אונז ווי אזוי זיך צו פירן מיט די וועג פון די תורה, מיר האבן עצות וויאזוי זיך ארויסזען פון יעדן פראבלעם וואס קומט נאר אונטער, איך קען רעדן און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן ארויסגיין פונעם פראבלעם, איך דארף נישט האבן דעם טערעפיסט מיט זיינע פארדרייטע שיטות וואס ער האט געליינט און געהערט פון די טערעפיסט וועלט!