קרעדיט נפתלי הירצקא וואללנער
 
 
מיט גרויס התרגשות טוען זיך אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר - גרייטן צום ניינטן יומא דהילולא קדישא פון אונזער אומפארגעסליכער געטרייער פאסטוך אונזער רבי מוהרא''ש זכותו יגן עלינו. עס איז דאך ידוע אז ביי מוהרא''ש זי"ע איז די ערשטע, מיטלסטע און לעצטע זאך געווען ''הפצה'' - ארומגיין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט איבער די גאנצע וועלט. דעריבער טוט די "קרית ברסלב בלעטל" ברענגען צום ערשטן מאל ערשטהאנטיגע שמועסן אפגעהאלטן מיט געטרייע איבערגעגעבענע מפיצים וואס זענען עוסק אין אנטרינקען ביימער, פארשפרייטן די שטויב פון צדיקים פאר די גאנצע וועלט. זיי גייען ארום פון הויז צו הויז, פון טיר צו טיר, מיט גליונות, קונטרסים און ספרים, אלעס כדי צו קענען מזכה זיין נאך א איד מיט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן.
 
אט ליינט א שמועס מיט המפיץ הגדול הרב מרדכי לייב טירנויער שליט''א, ר' מרדכי לייב - חוץ זיין הפצה איז ער בעצם א חידוש עצום, א אינגערמאן וואס האט שוין מסיים געווען צוויי מאל ש''ס, און ער איז מסיים יעדע חודש משניות, תקוני זוהר און ליקוטי מוהר''ן. היינט ברענגען מיר אים ארויף צו פארציילן זיינע פעולות נשגבות אין הפצה...
 
א גוטן וואס הערט זיך מיין טייערער חבר ר' מרדכי לייב?
שכח אייבערשטער, דער אייבערשטער איז זייער גוט צו מיר.
 
הו הא.
 
קודם שטעלט אייך פאר פאר די טייערע ליינער, ווער איז דאס ר' מרדכי לייב טירנויער?
איך בין א פשוטער אינגערמאן וואס האט גענומען פאר זיין ציל אין לעבן צו פאלגן די צדיקים און עוסק זיין אין הפצה.
 
דורך וועלכע וועג פון הפצה זענט איר מקורב געווארן?
אלס אינגער בחור בין איך אלץ צוגעצויגן געווארן צו די גליונות וואס איך האב אלץ געטראפן אין די שול'ן, ס'האט מיך זייער געכאפט, און איך האב אפגעמאכט אז איך וויל באלאנגען צו אזא הייליגע פלאץ.
 
ווער האט דיר מאטאווירט צו גיין הפצה ?
עס איז געווען ווען איך האב אנגעהויבן הערן די לעכטיגע רייכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, דעמאלטס האב איך נאך געלערנט אין א אנדערע ישיבה, איך פלעג פון צייט צו צייט ארויפקומען אין ישיבה דאנערשטאג נאכט צו די ליל שישי שיעור. נאכן שיעור פלעג איך אהיימנעמען די וועכענטליכע גליונות.
יעדע מאל האט מיר המפיץ הגדול מו"ה יענקל דעקטער הי"ו געבעטן טאמער איך קען מיטנעמען נאך צוויי דריי גליונות און דאס אראפלייגן ערגעץ, איך פלעג טראכטן וואס ווילסטו פון מיר, לאז מיך נעמען די גליון פאר מיר און שוין, איך וויל דאך נישט דער עולם זאל געוואויר ווערן אז איך האב עפעס מיט דעם פלאץ. למעשה האט מיר ר' יענקל איבערגערעדט, איך פלעג אים טון א טובה און נעמען צוויי דריי שטיק. איך האב עס אראפגעלייגט אויף די ערשטע פלאץ וואס איך האב געקענט, צו אויף א באס אדער אין א בית המדרש.
למעשה בעפאר די זומער ביים לעצטן ליל שישי שיעור וואס איך בין געווען אין ישיבה פאר קעמפ וואס דעמאלט האב איך נאך געלערנט אין מיין אלטע ישיבה האט מיר ר' יענקל אנגעפילט א גאנצע זאק מיט אסאך גוטע סחורה, און דעמאלט האב איך ברוך ה' אנגעהויבן מפיץ צו זיין אויף א גרויסע פראדוקציע, נאכדערצו זעענדיג ווי בחורים קריכן אויף די גראדע ווענט, ווען מ'האט שוין געענדיגט פייניגן אלע משגיחים וואס האבן באקומען א באנגעלוי פאר חצי בחינם, און זייער ארבעט איז געווען נאכצוקוקן אלע בחורים וואס זענען ארויסגעגאנגען פון די צוים שפאצירן אין וואלד 'רחמנא ליצלן', צוזעענדיג די מצב האב איך אנגעפילט די קעמפ מיט גליונות, אזש די בית המדרש איז געשווימען אין גליונות, וואו מ'האט געעפענט סיי וואספארא ספר איז ארויסגעפאלן א גליון, און אויך די וואלד אינדרויסן פון די תחום האב איך איבערגעלאזט גוטע סחורה.
 
איר גייט מיט א חברותא אדער איר גייט אליינס?
אנגעהויבן האב איך מיט א חברותא, און אזוי וואלט איך ג'עצה'ט פאר אלע פרישע מפיצים זיי זאלן אזוי אנהייבן, אבער כהיום גיי איך אליינס, מיר איז עס גרינגער, אבער ווען איך גיי אין ישיבות בין איך יא מקפיד צו גיין מיט א חברותא.
 
ס'דא אסאך מענטשן וואס הערן דעם ראש ישיבה'ס שיעורים אבער זיי שעמען זיך מיט די פלאץ, זיי זאגן נישט פאר קיינעם אז זיי לעבן פון דעם פלאץ, ווי אזוי האט איר זיך ארויסגעשטעלט מיט א שטארקייט אז יא איך בין א 'ברסלבער', און איר זענט געגאנגען בריש גלי הפצה מיד ליד, ווי אזוי האט איר געהאט די שטארקייט אנצוהייבן?
 
איך האב געזען וואס דער בעל הילולא מוהרא''ש זי"ע ברענגט אין ספר אשר בנחל פעמים אין מספר פון זוהר הקדוש אז רבי שמעון בר יוחאי זאגט ''די גרעסטע זאך איז צוריקצוברענגען מענטשן צום אייבערשטן וואס דאס איז הפצה''.
און אז מ'גייט הפצה שיקט שוין דער אייבערשטער צו די ווארעמע חיזוק ווי אידן באדאנקען זיך אז ס'ראטעוועט ממש זייער לעבן און אז ס'טוישט זייער שטוב, דאס איז שוין די גרעסטע התחזקות.
 
אין היכל הקודש זענען דא אסאך וואס זיצן אין א ווינקל און ענדיגן ש''ס צוויי דריי מאל א יאר מיט סיומים און נאך, די וואלסט דאך אויך געקענט זיין א גרויסער מחותן, וואס האט דיר געמאכט למעשה ווערן א מפיץ?
איך האב געקוקט אויפן ראש ישיבה, אויב ער וואס איז אן אייניקל פון גרויסע מענטשן און האט דאך שוין אויך געשפירט דעם טעם פון זיצן אין א בית הוראה און פסק'ענען שאלות, אזוי אויך איז ער געווען א מנהל אין א מוסד וואס די הכנסה איז געווען אסאך געלט, און דאך האט ער אלעס אויפגעגעבן און זיך פארשמירט זיין נאמען אין אלע גאסן, אלעס נאר כדי מיר צו העלפן מאכן פאר א ערליכער איד, דארף איך דאך זיכער פארקוקן אויף מיינע באקוועמליכקייטן און ארויסקומען אין אלע גאסן פארשפרייטן די שטויב פון צדיקים.
איך קען נישט מסביר זיין די געוואלדיגע סיפוק וואס א מפיץ שפירט בשעת'ן גיין הפצה ממש נישט צום באשרייבן, איך בין זיכער אז ווען אנשי שלומינו וואלטן ווען געוויסט וואס מ'באקומט וואלטן זיי זיכער מער עוסק געווען אין הפצה... אבער אזוי ווי ליידער אויך צווישן אנשי שלומינו איז הפצה אביסל א פארשעמטע זאך במילא גייט מען נישט קיין הפצה.
איך וואלט רעקאמענדירט פאר יעדן איינעם עס אויסצופרובירן לכבוד די יארצייט, אנצוכאפן א פעקעלע קונטריסים און גליונות און זיך ארויסלאזן אויף די יארכע, מ'וועט אנפאנגען שפירן א אנדערע טעם אין די התקרבות. 
 
איין וויכטיגע נקודה וואלט איך יא געוואלט צולייגן, אויב מ'טראכט פון וויפיל געלט מ'גייט קענען צוזאמשטעלן דאן מאכט מען גארנישט, אבער אז די מוח ליגט אין הפצה אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, דעמאלטס קומט די שפע בעזרת השם, מוהרא''ש זי"י האט צוגעזאגט: "ווער עס וועט גיין הפצה וועט אלץ האבן געלט אין טאש" און מ'זעהט עס בחוש איך האב אלץ געלט אין טאש וויפיל איך דארף, ס'דא ברוך ה' גרויס שפע אזש איך וויל יעצט אפילו אפגרעידן מיין קאר, אפשר א נעוויגעיטע''ר אדער א עקספעדישע''ן, איך דארף עס האבן 'לצורך פרנסה'... דער ראש ישיבה האט מיר אמאל געזאגט אז א מפיץ דארף האבן די שענסטע קאר כדי ווען איך קום אן אין א ישיבה מיט א נעוויגעיטע''ר זאל יעדער פאלן פאר מיר...
 
וואס טוט זיך וועגן 'בזיונות' ווי אפט מאכט זיך א בזיון און וואס טוט מען דערצו?
יעצט האסטו אנגערירט א סאפ"ט ספא"ט אין מיין הארץ, איך וועל דיר זאגן, עס שטייט אין כמה פלעצער אין ש''ס ווי איינע פון די תנאים האבן מחייב געווען די גאנצע וועלט אין א מדה וואס זיי זענען געווען אויסגעארבעט, אזוי ווי עס שטייט רבי מחייב עשירים, וויל איך זאגן אז ''מרדכי לייב מחייב את אנשי שלומינו''!!
דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א נסיון פון כבד פה, וואס דאס קלאפט שטארק אויס ביי מיין פאך פון גיין הפצה מיד ליד ביי טירן, היינט איז שוין אסאך אסאך בעסער אבער אמאל ווען איך האב אנגעהויבן גיין הפצה איז ממש געפאלן פון מיר שטיקער, און איך האב עס ברוך ה' כמעט אינגאנצן דורכגעבראכן מיט תפילה, און נאר מיט תפילה.
און דאס איז א זאך וואס קען געבן אסאך חיזוק פאר אנדערע וואס מוטשען זיך מיט שוועריקייטן ביים גיין הפצה, זיי טראכטן אלע סארטן מחשבות פארוואס נישט צו גיין הפצה, קען איך אבער זאגן איין זאך "קוק אויף מיר, איך גיי הפצה אפילו איך האב דעם פראבלעם, איך קוק נישט אויף דעם, איך לייג אלעס אין א זייט און איך טוה וואס איך האב צוטון"!!!...
 
אפשר קענט איר פארציילן עפעס א מעשה ווי איינער איז געקומען צו אייך באדאנקען אז איר האט ממש אויפגעראכטן זיין לעבן מיט די שיעורים און די עצות?
כסדר קומען צו אידן זיך באדאנקען, אבער די שטערקסטע איז נאך ווען איך זע א איד און איך טראכט צו מיר: "ער דארף דען חיזוק ער גייט דאך אנגעטון ממש ווי א רשכבה''ג, ער דארף דאס האבן"? למעשה קומען זיי צו שטילערהייט פרעגן צו איך האב די גליון פון די וואך און זיי לייגן צו אז זיי לעבן ממש פון דעם.
 
אפשר קענט איר פארציילן מער איבער די ערשטע מאל וואס דו האסט אנגעהויבן גיין הפצה ביי די הייזער?
איין טאג האב איך אפגעמאכט גענוג איז גענוג איך גיי ברעכן די אייז, מ'גייט זיך ארויסלאזן אויף די יארכע גיין הפצה ביי די הייזער. איך בין דאן געווען אין קרית יואל, מיין הארץ האט אזוי געבאכעט און געזעצט, אבער ברוך השם איך האב דאס אויך אדורך געשוויצט, איך האב מיך אנגעהויבן שפירן אזוי גוט, איך בין ענדליך א מפיץ אין די עפנטליכקייט, דער עולם נעמט, דער עולם געבט שיין צדקה, ממש א מחי', דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. און דאס מאכט א מענטש שטארק מיט זיין התקרבות, עס מאכט אים פריש, אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט אלץ.
 
א טיפ און א חיזוק פאר די פרישע מפיצים…
איך וויל דערציילן א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהאט מיטן ראש ישיבה וואס וועט מיטן אייבערשטענ'ס הילף זיין א שטארקע חיזוק; אלס בחור בין איך אמאל געגאנגען הפצה אין ישיבות פאר גאנצע אכט שעה אין א צי! איך בין נאכדעם געקומען צום ראש ישיבה מיט עקסטאז זאגן אז איך בין געגאנגען גאנצע אכט שעה הפצה, און איך בין געווען זיכער אז דער ראש ישיבה גייט מיך גלעטן... דער ראש ישיבה פרעגט מיר: "האסט מפיץ געווען איין גליון"? האב איך געזאגט אז יא, "אויב אזוי איז גוט". דער ראש ישיבה האט מיך דעמאלטס אריינגעלייגט אין קאפ אז אפילו א טאג וואס איך גיי נישט קיין אכט שעה, זאלסטו כאטש זען צו מפיץ זיין איין קונטרס, איין גליון.
 
דער עולם ווארט צו הערן עפעס א פרישע קריספי מעשה פון הפצה, נא ר' מרדכי לייב המפיץ…
איך בין געווען אין א געוויסע פלאץ, איך האב געקלאפט אויף א טיר אין א חשובער 'שליח' א דורכגעווייקטער חסידישער ליובאוויטש'ער חסיד האט געעפענט די טיר און ער זאגט מיר אז ער לעבט ממש פון דעם פלאץ, יעדע שיעור האלט ער מיט, און יעדע קונטרס באקומט ער, ער האט זיך זייער געפרייט מיר צו זען ווייל מיר ביידע זענען עוסק אין די זעלבע פעלד "הפצה", ווי דער הייליגע תולדות יעקב יוסף ברענגט אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געפרעגט משיח צדקינו אימתי קאתי מר - ווען קומט איר, האט משיח געענטפערט לכשיפוצו מעינותיך חוצה - ווען דיינע עצות וועט ווערן פארשפרייט אין די וועלט, דאס מיינט אז ווען תורת הבעל שם טוב וועט אריינגיין אין די וועלט, און דער הייליגער רבי איז דאך אן אייניקל פונעם הייליגן בעל שם טוב.
זייטס אלע געבענטשט - און וויסן זאלט עטס אז מ'קען מיך נאכמאכן…
 
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן אסאך הצלחה אין דיין הייליגע ארבעט, ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו.