קרעדיט נפתלי הירצקא וואללנער
 
 
און יעצט א שמועס מיט המפיץ הגדול מו"ה ראובן בירנבוים הי"ו פון קרית ברסלב ליבערטי, ר' ראובן איז א לעכטיגער איד וואס זיין שמייכל ווייזט שוין אלעס, זיין געוואלדיגער פשטות און תמימות וואס נעמט אים ארום מאכט שוין רואיג און פרייליך די ארומיגע.
 
 
א גוטן וואס הערט זיך ר' ראובן ?
 
א גוטן הירצקא, דער אייבערשטער זאל העלפן פון אונזער שמועס זאל ארויסקומען א קידוש ה'.
 
 
קודם שטעלט אייך פאר פאר די טייערע ליינער ווער איז דאס ר' ראובן בירנבוים ?
 
איך קום פון מער א ליטווישע שטוב, איך בין אנגעקומען צו חסידות דורך מוהרא"ש זי"ע, איך פלעג וואוינען אין יבנאל, היינט וואוין איך אין קרית ברסלב ליבערטי.
 
 
אויב איר קענט פארציילן וויאזוי איר זענט מקורב געווארן.
 
איך האב געלערנט אין א ליטווישע ישיבה אין ארץ ישראל, ס'איז ארומגעגאנגען צווישן די בחורים פון מויל צו אויער אז ס'איז דא א געוויסע ברסלב'ע משפיע וואס רעדט עפעס מורא'דיג גוט, איך בין געגאנגען צו זיין שיעור, און זיינע דיבורים האבן מיר זייער געכאפט, ער האט גערעדט פון רעדן צום אייבערשטן און פון זיין פרייליך, עפעס וואס איך האב פארדעם נישט געהערט, און די ווערטער האבן ממש געלאכטן און ס'האט געזעטיגט מיין הארץ.
 
 
ווער האט אייך טרענירט צו גיין הפצה?
 
אלס בחור נאכן הערן יענע שיעורים האב איך געזוכט א ישיבה מיט אזעלכע דיבורים אבער איך האב געוואלט עס זאל זיין אינדרויסן פון שטאט, האב איך דאן געהערט פון די שטעטל יבנאל בין איך אריין אין די ישיבה אין יבנאל פון מוהרא"ש, און דארט איז דאך די גאנצע ווינט געווען הפצה, כמעט יעדער דארט גייט הפצה און איך בין געווארן א חלק פון די חבריא קדישא.
 
 
ווי לאנג זענט איר שוין א מפיץ?
 
בערך זעכצן יאר ברוך ה'.
 
 
אין היכל הקודש זענען דא אסאך אידן וואס זענען זיך ממש מחי' מיט די דיבורים אבער זיי גייען נישט קיין הפצה, וואס האט דיך געמאכט ארויסקומען גיין הפצה?
 
איך האב געוואלט געבן די זיסע עצות און די שיינע וועג פון לעבן פאר נאך איינעם, און איך פארגין פאר יעדן אזא שיינע לעבן וואס איך האב ברוך ה'.
 
וואס טוט זיך וועגן 'בזיונות' ווי אפט מאכט זיך א בזיון און וואס טוט מען דערצו?
 
כסדר מאכט זיך בזיונות, און בזיונות איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך איך קוק עס אן פאר א גוטע זאך, מ'קען דעמאלטס פועל'ן גרויסע ישועות, דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות, מ'דארף נאר געדענקען נישט צוריק ענטפערן און נישט ווערן באליידיגט נאר בלייבן שטארק און בלייבן פרייליך.
 
אפשר קענט איר פארציילן עפעס א מעשה ווי מ'איז געקומען צו אייך באדאנקען אז איר האט ממש אויפגעראכטן זיין לעבן מיט די לעכטיגע שיעורים און די זיסע עצות פון דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז?
 
איך בין לעצטענס געווען אין 'קאנעטיקעט' עוסק זיין אין הפצה, און א איד האט מיר געגעבן א אסטראנאמישע סכום פאר צדקה, און ווען ער האט באמערקט אז איך מאך אויף אפאר אויגן האט ער מיר געזאגט אז די ספרים האט געראטעוועט די אידישקייט פון זיין ווייב, זיין ווייב האט געלערנט אין א נישט פרומע שולע און ס'איז אנגעקומען צו איר די קונטריסים וואס דאס האט איר געמאכט ווערן פרום!
 
אפשר קענט איר פארציילן מער איבער די ערשטע מאל ווען איר האט אנגעהויבן גיין הפצה וואס דאס וועט זיין א חיזוק פאר די פרישע מפיצים?
 
די ערשטע מאל איך בין געגאנגען הפצה האב איך מיר זייער געשעמט, איך בין געגאנגען נאר צו עטליכע הייזער און איך בין צוריקגעפארן קיין יבנאל, איך האב נישט געקענט ממשיך זיין, אבער מיט די צייט איז די בושה אוועק געגאנגען.
איך וועל דיר זאגן די אמת, היינט איז נאך אויך נישט אזוי גרינג, איך דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל זיין פרייליך, ווייל א טאג וואס איך בין נישט אין די גוסטע קען איך ממש שפייען בלוט ביי הפצה, מ'דארף אלץ זיין אין א פרייליכע גוסטע ביי הפצה, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטער אויף דעם.
 
אויף וועלכע וועג גייט איר הפצה ?
 
איך גיי איבעראל, ביי די הייזער, געשעפטן, רעסטוראנטן, בתי מדרשים, כוללים, ישיבות און אויפן גאס.
 
וואס מיינט דאס 'אויפן גאס' ?
 
איך זוך א גאס וואס איז פיל מיט מענטשן איך גיי אראפ די גאס ווען אין די הענט האלט איך ספרים און איך שטעל אפ מענטשן און איך פרעג זיי צו זיי דארפן א שיינע קונטרס א שיינע מתנה און איך בעט א פרוטה פאר צדקה, אזוי האט מוהרא"ש אוועקגעשטעלט אז מ'זאל נישט געבן פאר בחינם.
 
צו וועלכע ציבור גלייכט איר מער צו גיין הפצה ?
 
די עיקר פארלייג איך מיך אויף בני הנעורים צו די בחורים אין די ישיבות, ווייל מ'קען מער אויפטון ביי אינגע, אן עלטערער מענטש איז שוין אויסגעפארעמט, ער איז שוין צוגעוואוינט אז ערב שבת נאך חצות בייזערט מען זיך… און ווען ס'דא דריי טעג יום טוב פליקט מען די ווייב…. אבער א אינגער מענטש איז אזוי ווי קלעי מ'קען זיי נאך אויספארעמען.
 
 
אפשר קענט איר איבערגעבן עפעס א טיפ אדער א חיזוק פאר די פרישע מפיצים.
 
וועגן א טיפ דארף מען וויסן אז ווען מ'געבט א קונטרס פאר א מענטש איז דא א מעגליכקייט אז יענער וועט בכלל נישט אריינקוקן אין דעם, דער עיקר איז נאר ווי אזוי דו געבסט אים די ספר, אז די געבסט עס אים מיט א שמייכל און דו געבסט אים נאך צו א ברכה, וועט יענער באקומען אן אנדערע בליק אויף ברסלב, ער באקומט א גוטע רושם אז די ברסלב'ע זענען פיינע מענטשן.
 
און וועגן חיזוק זאל מען וויסן און געדענקען אז אונזער ציל איז נישט אז יעדער זאל יעצט קומען צו היכל הקודש, נאר אפילו א מענטש נאכן באקומען א קונטרס וועט יעצט טראכטן איין סעקונדע פונעם אייבערשטן, איין סעקונדע פון תכלית, האט זיך שוין געלוינט צו פארן לאנגע שטרעקעס פאר הפצה.
 
פארציילט אונז פון אינטערעסאנטע פלעצער ווי איר זענט שוין אלס געווען הפצה...
 
איך גיי אסאך צו אינטערעסאנטע פלעצער, איך בין שוין געווען אין טאראנטא, אין קליוולאנד, אין באלטימאר און אין פלארידע.
 
איר פארט אראפ צו די שטעט ספעציעל פאר הפצה, אדער אז איר זענט פונקט דארט גייט איר דארטן הפצה?
 
איך פאר ספעציעל אראפ, וואס זענען זיי שולדיג אז זיי וואוינען נישט אין געגענט, מיין סדר איז אז א יעדע שטיק צייט פאר איך אראפ צו א געגענט איך בין דארט פאר א טאג צוויי און איך קום צוריק.
 
אויב מ'קען הערן א פרישע געשמאקע מעשה פון הפצה...
 
איך בין לעצטענס געווען אין קליוולאנד הפצה, נאכן צוריק קומען הער איך פון די קרן הדפסה אז איינער פון קליוולאנד האט גערופן באשטעלן ספרים און קונטריסים, ס'איז מיר געווען זייער שטארקע חיזוק צו הערן אזעלכע פידבעק פון די ווייטע קליוולאנד.
 
פיין ר' ראובן דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן אסאך הצלחה אין דעם הייליגן ארבעט, ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו.