קרעדיט נפתלי הירצקא וואללנער
 
 
לכבוד חודש אדר וואס איז די מזל פון דגים, ברענגען מיר א שמועס מיטן לעגענדארן פיש סוחר און סאמע ערשטער איינוואוינער פון אונזער הערליכע שטעטל 'קרית ברסלב ליבערטי' מו"ה יצחק אהרן וויינבערג הי"ו ווי ער וועט פארציילן אלעס ארום דעם בא'טעמ'טן חסידיש'ן מאכל וואס ווערט ארויפגעברענגט און געגעסן ביי אלע סעודות שבת ויום טוב און סתם א יומא דפגרא, אדער ווען איינער וויל צובייסן א געשמאקע נאכטמאל. 
 
אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז פי"ש איז נוטריקון פ'יל י'ראת ש'מים.
 
א גוט יאר ר' יצחק אהרן 
 
א גוט יאר מיין חבר הירצקא'לע
 
קודם שטעלט אייך פאר, ווער איז דאס ר' יצחק אהרן וויינבערג 
 
מיינע עלטערן קומען פון רוסלאנד, מיין עלטסטער ברידער איז נאך דארט געבוירן. ווען די רוסישע אייזערנע פירהאנג איז איינגעפאלן זענען מיינע עלטערן ארויסגעקומען פון רוסלאנד און האבן זיך אריבערגעצויגן אויף אמעריקע.
 
 אלס קינד אין חדר ווי אויך אלס בחור אין ישיבה האט מען מיר זייער געטשעפעט מיט מיין רוסישן אפשטאם, מ'האט מיך נאכגעשריגן אין די גאסן 'רוסקי רוסקי' - בעצם בין איך בכלל נישט קיין רוסקי "איך בין א יוד" פוטין איז א רוסקי - האב איך דעמאלט אפגעמאכט ביי מיר אז אידישקייט איז נישט פאר מיר, איך האב מער נישט געהאלטן ביי גארנישט. איך האב מיך געדרייט און געפרייט אין די גאסן, אין קיין ישיבה האב האב איך נישט געהאלטן ביים גיין איך האב מורא געהאט אז מ'וועט מיך ווייטער טשעפענען, איך האב נישט געהאלטן ביי גארנישט און איך האב נאר געטראכט וואו איך קען אפלאזן אלעס און גיין ווי 'ס'איז פרייליך' און קיינער טשעפעט נישט, לכאורה נישט ביי די אידן, על כל פנים אן די שיעורים פון דער ראש ישיבה האב איך אזוי געמיינט.
 
 ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז איך האב מיר צאמגעטראפן מיט א טייערער יוד מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א וואס ער האט עווענטועל ממש געראטעוועט מיין לעבן, ער איז צוגעקומען צו מיין טאטע און אים געפרעגט צו ער קען מיך נעמען צו א מלווה מלכה צום ראש ישיבה, מיך האט זייער נישט געשמעקט די גאנצע מעשה, ר' יואל טייטלבוים עפעס א פרומער אינגערמאן מיט שווארצע גלעזער וואו וויל ער מיך פארפירן, אבער מיין טאטע האט יא זייער געוואלט אז איך זאל גיין, האב איך א טובה געטון פאר מיין טאטע.
 
אנקעמענדיג צום ראש ישיבה בין איך ממש צוגאסן געווארן פון די ווארימע ליבליכע ווערטער, דער ראש ישיבה האט מיר איבערגעוויזן אז אידישקייט קען מען יא ענדשויען, אידישקייט מיינט נישט יענעם אוועקמאכן, אידישקייט איז זיס און געשמאק.
 
 פון יענע מלווה מלכה האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט, איך האב אנגעהויבן זיך פרייען אז איך בין א איד, איך האב זיך אנגעהויבן פרייען אז שלא עשני גוי, איך האב באקומען א אנדערע בליק אויף אידישקייט בפרט און אויף לעבן בכלל, שכח אייבערשטער פאר דעם.
 
 
לאמיר פאר א מינוט צוריק מישן מיט פיר יאר צוריק ווען איר האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל, און איר זענט געווארן דער סאמע ערשטער תושב פונעם שטעטל "קרית ברסלב ליבערטי" - דאן א מדבר שממה - וואס האט זיך ברוך ה' שוין היינט פארשפרייט אלס א עיר ואם בישראל מיט אריבער הונדערט תושבים אנשי שלומינו בלי עין הרע, ווי אזוי איז דאס צוגעגאנגען?
 
ווען איך האב חתונה געהאט האבן איך מיט מיין טייערע אשת חיל אפגעמאכט אז מיר ווילן די ברסלב'ע חינוך אויך פאר אונזערע קינדער און מ'וועט זיי אריינשיקן אין די מוסדות. ווען מיין נחמן נתן נ"י איז געווארן די עלטער ווען מ'קען שוין שיקן אין חדר האבן מיר זיך אריינגעצויגן אין שטאט אריין אין א קליינע דירה וואס איז דאן געווען אביסל אינדרויסן פון וויליאמסבורג (דארט ווי מו"ה ליפא שווארץ הי"ו וואוינט היינט) דארט האב איך געוואוינט עטליכע יאר. ביז איך האב געהערט אז דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן רעדן אז מ'וויל אנהייבן פארמירן א שטיקל שטעטל אין די אפסטעיט ראיאן. איך האב מיך זייער געפריידט ווייל איך בין געבוירן אין קרית יואל אן די רעש און טומל פון דער שטאט און איך האב מיך נישט געקענט צוגעוואוינען צו די שטאטישע לעבנסשטייגער, איך האב דאך נאר געמופט קיין וויליאמסבורג וועגן די מוסדות, איך האב געפרעגט דעם ראש ישיבה צו איך זאל ארויסמופן און דער ראש ישיבה האט געגעבן די אקעי.
 
שבועות צייט תשע"ט האט מען זיך ברוך ה' אריבער געצויגן, די ערשטע פאר וואכן בין איך נישט דארט געווען פאר שבתים ווייל עס איז נאכנישט געווען קיין מנין, אבער נאך עטליכע וואכן האט דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראסער שליט"א זיך אויך אריינגעצויגן און זייט דעמאלט איז ברוך ה' געווען מנין, ס'זענען ארויסגעקומען געסט מיט בחורים משלים צו זיין די מנין, מ'האט געדאווענט ביים מנהל ר' אברהם משה אין די בעיסמענט [אינעם קרית ברסלב בלעטל איז שוין געווען א שמועס מיט ר' אברהם משה איבער אלע דעטאלן און זכרונות מימי קדם].
 
 היינט האלט מען שוין ברוך ה' פיר יאר וואס די שטעטל שטייט, איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ס'גייט וואקסן אזוי שנעל, די זכרונות שווימען מיר ארויף, איך געדענק נאך ווען די חדר איז געווען ביי די מנהל אין די בעיסמענט, די מקווה איז געווען אויפן גאס אין א פראוועזארישע טענט, ווען א מיניווען האט געטראגן און געברענגט די קינדער, און היינט האלט מען שוין ביי זיבן בתי מדרשים און ס'איז שוין דא א אלטע געגענט מיט א נייע געגנט, ס'האט שוין אלעס וואס א שטעטל באדארף צו האבן, א שיינע גרויסע סופערמארקעט, א ספרים סטאר, א כולל, מיט א מנינים סענטער, א מצה בעקעריי, א בית התבשיל, מיט א קיאסק. און ווער רעדט נאך ווי שטארק די מוסד איז זיך צעוואקסן, ס'קורסירן עטליכע באסעס לארכה ולרחבה פונעם שטעטל אפצונעמען און אהיימצוטראגן די טייערע צאן קדשים, מ'האט זיך צוריק דערזען מיט די אלטע וויליאמסבורגע פראבלעם ווען מ'טרעפט זיך אינטער א באס און יעדע פאר פיס מאכט ער א פרישן סטאפ… ברוך ה' פאר דעם.
 
יעצט לאמיר צוטרעטן צו די עניינא דיומא - מזל אדר דגים, לאמיר אביסל נענטער זיך באקענען מיט'ן פישעלע. צום ערשט ווי קומט איר בכלל צו פיש ?
 
זייט איך געדענק מיין טאטע שליט"א ארבעט ער אין א פיש סטאר, עווענטועל האט מיין טאטע געעפענט אן אייגענעם פיש סטאר און איך פלעג אלץ גיין העלפן פאר יום טוב, איך האב גוט געוויסט אלעס ארום פיש. שפעטער ווען איך האב ארויסגעמופט צום שטעטל בין איך געזיצן איין טאג חול המועד פסח און פארברענגט, פרעגט מיר א אינגערמאן פארוואס עפענסטו נישט קיין פיש סטאר אין שטעטל? איך האב געטראכט אז ס'קען אפשר זיין א גוטער געדאנק, בין איך געגאנגען פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל טאקע עפענען א פיש סטאר, האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט: "פארוואס טאקע עפענסטו נישט אויף"? מיט די הוראה האב איך געעפענט די פיש סטאר.
 
 אנפאנג האט עס געארבעט אז מען האט ביי מיר באשטעלט וויפיל מען דארף פאר שבת, איך בין אריינגעפארן אויף קרית יואל צו מיין טאטנ'ס סטאר און געברעגט פיש. היינט ברוך ה' איז דא א שיינע פיש סטאר, עס איז לאקירט ביי די לאקאלע לעמאנעיד סופערמארקעט, און מ'פארקויפט פילע סארטן געשמאקע פיש ברוך השם.
 
ווי אזוי גייט צו די גאנצע פראדוקציע פון פיש פון ווען מ'כאפט עס ביז ס'ליגט ארומגענומען מיט א צודעק פון נאסע קאטשעניאו אונטער דער אלטער גוטער פריינד דער מייער?
 
די זאך איז אזוי, רוב פיש וואס מיר אידן עסן קומען אדער פון קאנאדע אדער פון אויסלאנד ווי ענגלאנד און אנדערע לענדער, אויב ביסטו שוין אמאל געווען אין א פיש סטאר וועסטו קיינמאל נישט זען א צוגעמאכטע סעלמאן פיש, אין די פאראייניגטע שטאטן איז נישט לעגאל אריינצוברענגען קיין צוגעמאכטע פיש.
 
 די סדר גייט אזוי, ס'פארן אראפ ריזיגע גרויסע שיפן איבערן ים - וואס די שיפן האבן פארגעשריטענע טעכנעלאגיע - וואס לאזט זיך אראפ אונטערן וואסער און כאפט די פישן, דערנאך גייט עס דורך א מאשין אויפן שיף וואס רייניגט אויס די פיש. ווען די פיש קומט אן צו די אמעריקאנע באדענס טראגט מען עס צום מארקעט און דארטן קומען אלע פיש סוחרים קויפן זייערע סחורה,  מ'וועלט זיך אויס וועלעכע און וויפיל מען דארף. ווען די פיש קומט אן צו מיר דארף איך אראפקראצן די שיפּן און אראפנעמען די פליס פעדערן - וואס דאס איז די צוויי כשר'ע סימנים - און אראפנעמען די קאפ. מ'דארף עס רייניגן און נאכדעם דארף מען עס פעלעי'ען - דאס מיינט אראפנעמען די ביינער פון די פיש, עס שניידן און איינפאקן לכבוד שבת קודש.
 
אויף וויפיל סארטן פיש איז דא א פארלאנג ביים היימישן עולם?
 
בערך צוואנציג סארטן פיש. לכבוד חודש אדר וועל איך דיר אויסרעכענען א טייל פונעם ציבור.
 
ס'דא עטליכע סארט סעלמאן, געהעריגע סעלמאן, בעיבי סעלמאן, און וויילד סעלמאן. ענטלענטיק סעלמאן, ווייט פיש, קארפ פיש, סי-בעז, האלעבאוד, טעלאפיע, פלאנדער, טירבארד, בירזירני, און נאך עטליכע. ס'דא אסאך כשר'ע פיש ווי באקאנט דארף פיש נישט קיין מסורה אזוי ווי בעלי חיים, אבער די היימישע עולם עסט בעיקר די סארט.
 
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן וואס צדיקים שרייבן וועגן פיש, די אר"י הקדוש האט מקפיד געווען צו עסן פיש ביי יעדע סעודה פון שבת, און צדיקים האבן מהדר געווען דווקא אויף לאקס פיש וואס דאס איז דער סעלמאן כידוע, אויך איז באקאנט אז צדיקים ווערן מגולגל אין פיש. 
 
לוינט זיך צו האלטן אפען א געשעפט אין אפסטעיט אגאנץ קיילעכיג יאר?
 
 יא, אידן דארפן פיש אויף שבת, די פארלאנג איז גענוג גרויס, ס'קומט טאקע נישט צו צום זומער סעזאן, אבער דער ווינטער איז נישט אוועקצומאכן, עס ברענגט שיין פרנסה.
 
למשל אין זומער גייט אויס אזא צוויי דריי הונדערט סלייסעס א וואך פון די געקאכטע פיש, שכח אייבערשטער פאר דעם. 
 
 
עפעס א גוט ווארט וואס איינער האט אייך אמאל געזאגט וועגן די פיש סטאר?
 
איינער האט מיר געזאגט אז ס'לוינט זיך אריינצוקומען צו מיין פיש סטאר נאר צו זען מיין שמייכל, סאוי ווער ס'וויל זען מיין שמייכל קען קומען צו די לעמאנעיד סופערמארקעט ביי מיין פיש סטאר !!
 
א גרויסן יישר כוח פאר'ן אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט פאר די טייערע ליינער וואס עס וועט זיכער פארשאפן אן עונג שבת.