מכתב יומי

יב תשרי תשע"ט

September 21 2018

 בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חינוך איז די יסוד היסודות ביי אידישע קינדער; אז מען איז נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג קען מען זיי חס ושלום פארלירן. ווי יונגער מען איז מחנך די קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן איידל וועט מען האבן נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג.


פון היינט ביז נאך סוכות זענען די קינדער אן קיין חדר; דארפן די עלטערן אכטונג געבן אויף זיי, די קינדער זאלן דאווענען און לערנען יעדן טאג, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער וואו זיי זענען און מיט וועם זיי דרייען זיך.


יעצט קומט יום טוב ווען מען זיצט במשך גאנצעטע שעות אין שול, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער מיט וועם זיי דרייען זיך אינדרויסן; מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס פאסירט מיטן קינד בשעת ער דריידט זיך אינדרויסן, עס איז דא קראנקע מענטשן וואס לאקערן אויף קינדער רחמנא לצלן.


אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים, סימן תרנז, סעיף א): "קָטָן הַיּוֹדֵעַ לְנַעֲנֵעַ לוּלָב כְּדִינוֹ  - אָבִיו חַיָיב לִקְנוֹת לוֹ לוּלָב, כְּדֵי לְחַנְּכוֹ בְּמִצְווֹת", מען דארף קויפן פאר די קינדער ד' מינים זיי מחנך צו זיין במצות; ביי אונז פירט מען זיך אז אלע האבן אייגענע ד' מינים אפילו די גאר קליינע קינדער. עס זענען דא פלעצער וואס מען פירט זיך נישט אזוי, דאס איז ווייל אמאל איז געווען א טייערע זאך צו האבן אייגענע ד' מנים, אזוי ווי דער ערוך השלחן זאגט (סימן תרנז, סעיף ב): "אֲבָל אֶצְלֵנוּ - הַלְּוַאי שֶׁיְּהֵא בְּיַד מִשְׁפָּחָה אַחַת לִקְנוֹת לְעַצְמָם הָאַרְבָּעָה מִינִים, וְגַם זֶה אֵינוֹ מָצוּי"; דעריבער האט מען נישט געקויפט. עס איז א שאד אז די קינדער זאלן נישט מיט האלטן אלע תפילות א גאנץ יום טוב סוכות – הלל, נענועים און הושענות.


אזוי אויך שלאפט מען מיט די קינדער אין די סוכה; אזוי וואקסן זיי אויף מיט די הייליגע מצוות, אזוי וועלן זיי דאס שפעטער אויך מקיים זיין.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תנא דבי אליהו, פרק יג): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁהָיָה עוֹמֵד הוּא וּבְנוֹ בְּבֵית הַכְּנֶסֶת; וְכָל הָעָם הָיוּ עוֹנִין אָמֵן וְהַלְלוּיָהּ אַחַר הָעוֹבֵר לִפְנֵי הַתֵּיבָה, וּבְנוֹ עוֹנֶה דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת, וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר". עס איז געווען אמאל יום טוב סוכות אין שול, אלע מתפללים האבן שיין געדאוונט הלל, און עס איז געווען א איד וואס זיין זון האט נישט געדאווענט און נישט געזאגט הלל, נאר ער האט גערעדט ניבול פה וכו' אין שול הויעך פאר אלעמען. "וְאָמְרוּ לוֹ הַבְּרִיּוֹת שֶׁיִּמְחֶה בִּבְנוֹ, וְהֵשִׁיב וְאָמַר לָהֶם: 'מָה אֶעֱשֶׂה לוֹ? תִּינוֹק הוּא! יְשַׂחֵק!'" מענטשן זענען געגאנגען רעדן צו דעם איד ער זאל אכטונג געבן אויף זיין זון, מען האט אים געזאגט: "געב אכטונג אויף דיין זון, ער דאווענט נישט און ער רעדט שמוציג וכו'", דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט געזאגט: "ס'איז גארנישט, ער איז נאך א קינד", "שׁוּב לְמָחָר עָשָׂה כֵּן, כָּל אוֹתָן יְמֵי הֶחָג עָנָה בְּנוֹ דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר". אזוי איז געווען א גאנץ יום טוב סוכות, טאג נאך טאג, מען האט אים געבעטן ער זאל אכטונג געבן אויף זיינע קינדער, אבער ער האט אלץ געזאגט: "ס'איז גארנישט, ער איז נאך א קינד", "לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה לֹא שְׁנִיָּה וְלֹא שְׁלִישִׁית עַד שֶׁמֵּתוּ אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו וּבֶן בְּנוֹ וְיָצְאוּ לוֹ חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה נְפָשׁוֹת בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, וְלֹא נִשְׁתַּיֵּר לוֹ אֶלָּא שְׁנֵי בָּנִים: אֶחָד חִגֵּר וְסוּמָא וְאֶחָד שׁוֹטֶה וְרָשָׁע". פירט אויס אליהו הנביא: עס איז נישט אריבער אפאר יאר ביז זיין גאנצע משפחה איז אים אויסגעשטארבן און עס איז נאר געבליבן צוויי קינדער - איינער א בלינדער און א הינקעדיגער, און א קינד א שוטה א רשע; זעט מען פון דעם אז מען דארף מחנך זיין קינדער אפילו ווען זיי זענען נאך גאר קליין.


איך בעט דיר זייער זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; עס איז נישט דא נאך א זאך וואס זאל פארברענען אלע קליפות אזוי ווי לימוד גמרא. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל־כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית און דאס ראטעוועט דעם מענטש נישט אראפצופאלן אין די עקלדיגע עבירה; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דארף נאר לערנען – זאגן די ווערטער, 'וּמִמֵּילָא יָבִין' און מען וועט שוין סיי ווי פארשטיין; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אז דער קאפ עפענט זיך אויף און במשך הזמן הייבט מען אן צו פארשטיין. איך האב דאס געזען ביי אסאך בחורים און אינגעלייט וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות.


פאר מען הייבט אן לערנען אויפן "דרך הלימוד" פונעם רבי'ן זוכט מען ראיות, מען וויל זיכער מאכן אז עס הייסט געלערנט, אבער ווי נאר דער מענטש הייבט אן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" דארף ער שוין נישט קיין שום ראיות צי עס הייסט געלערנט צי נישט, מען קוקט זיך אליין אן און מען זאגט: "א ראיה בין איך", אזוי ווי ר' נחמן טולטשינער פלעגט זאגן ווען מען פלעגט אים בעטן ער זאל דערציילן א מופת פון ר' נתן, פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך; פון 'נחמן וואסער טרעגער' איז געווארן 'ר' נחמן טולטשינער'".


ר' נחמן טולטשינער האט אמאל אלץ יונגער בחור געהערט ווי ר' נתן זאגט תורה, און אינמיטן די תורה האט ר' נתן געזאגט די ווערטער: "די וועלט איז נישט, און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא, און מען קען עס באקומען"; די ווערטער איז אים אריין אין הארץ און ער האט זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי ר' נתן, ווען ר' נתן האט געזען אז ער האט אין זיך אסאך תמימות האט ער אים מקרב געווען און אים געזאגט ווי אזוי ער זאל לערנען וכו', ביז ער איז געווארן ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה.


דאס זעלבע איז ווען א מענטש הייבט אן צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, ער נעמט א משניות און הייבט אן זאגן א פרק נאך א פרק, ער ענדיגט איין מאל משניות און נאכאמאל משניות; ער נעמט א גמרא און הייבט אן לערנען בלעטער גמרא אפילו אן פארשטיין - דער מענטש דארף שוין נישט קיין ראיות צי עס איז יא געלערנט אדער נישט, אים אינטערעסירט שוין נישט וואס דער זאגט וואס יענער זאגט, וואס דער רבי האלט און וואס דער מפורסם זאגט, ער שרייט: "א ראי' בין איך!" "א מופת בין איך!" פון מיר - וואס איך האב נישט געלערנט און אפילו נישט געוויסט די נעמען פון די מסכתות – איז געווארן איינער וואס לערנט ברוך השם, איך פארפעל נישט קיין איין טאג פון מיינע שיעורים.


א פרייליכן שבת!