ווי באקאנט האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט אז מיר זאלן קומען צו זיין ציון אין אומאן יעדעס יאר אויף ראש השנה, דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער ארבעטן פאר אים און אויס'פועל'ן פאר אים א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר, אפילו אינמיטן די יאר, און וועט געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים פון "תיקון הכללי", אפילו דער מענטש האט שוין געטון די ערגסטע עבירות וועט אים דער רבי פאררעכטן, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית. פון דעסט וועגן האט דער רבי געזאגט אז אפילו וועמען ער קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען ער אבער יעדן איינעם פאררעכטן ווען מען קומט צו אים אויף ראש השנה.
דעריבער קומען יעדעס יאר אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן קיין אומאן אויף ראש השנה, און פועל'ן דארט אויס ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר.
אין די לעצטע יארן האבן אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, ארויסגעדינגען א פלאץ אין אומאן צו קענען זיין אינאיינעם אויף ראש השנה, צו דאווענען אינאיינעם און פירן די סעודות אינאיינעם און אזוי ווייטער.
יעצט איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מען האט באוויזן צו קויפן א גרויסער שטח אין אומאן, וואו עס ווערט יעצט געבויעט א גרויסער פראכטפולער בנין, וואס וועט שטייט צו דינסט פאר אנשי שלומינו אין לויף פון די טעג וואס מען וויילט ביים ציון הק' אין אומאן.
די וואך האט מען געגאסן די צעמענט פאר'ן פונדאמענט, און די ארבעט רוקט זיך ב"ה פאראויס מיט'ן פולן טעמפא. מען וועט ארויפציען דריי שטאק, אויף די אונטערשטע שטאק וועט זיין די פראכטפולע מקוה, א גרויסער עס זאל, און א גרויסע פארגעשריטענע קאך. אויפ'ן צווייטן שטאק וועט זיין דער גרויסער הערליכער בית המדרש און היכל התורה צו דאווענען און לערנען. און אויפ'ן דריטן שטאק וועט זיין צימערן צו שלאפן.
אין די יעצטיגע טעג ווערן אויספארקויפט די זכותים פונ'ם בנין, וואס דאס איז אן איינמאליגע געלעגנהייט צו קענען נעמען א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות הרבים אז אנשי שלומינו זאלן האבן א שיינעם רואיגן ווינקל אין אומאן, און קענען אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר מיט מנוחת הנפש.
עס ווערט יעצט פארקויפט דער נאמען פונעם בנין, דער נאמען פון בית המדרש פאר 250,000$, דער זכות פונעם ארון הקודש פאר 18,000$, דער זכות פון די בימה פאר 12,500$, עמוד הבעל תפלה פאר 4,500$, די מקוה פאר 75,000$, בור הטבילה פאר 25,000$, דער נאמען פונעם עס זאל פאר 45,000$, דער זכות פון די קאך פאר 45,000$, די אויוונס פאר 4,500$, די פריזשידערס פאר 35,000$. אדער קען מען אנטייל נעמען מיט'ן סכום פון 3,600$ צו האבן די זכות פון עמודי הבית, 1,800$ מקימי הבית, 1,000$ מייסדי הבית.
זכותים ווערן פארקויפט יעדן טאג, אויב ווילט איר נאך אריינכאפן צו האבן א חלק אין דעם מקום קדוש, מעלדט אייך ווי פריער צום ראש ישיבה שליט"א.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
 
בילדער ביים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן
ווידיאס ביים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן