עס איז נארוואס באקאנט געווארן אז די חשובע פרויען פאראיין אין קרית יואל טוט בעז"ה אראנדזשירן א פארטי לטובת די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג וואס רעכט אריין די תלמוד תורה, די מיידל סקול, די ישיבה, כולל, די חתונה זאל בחנם, די בית הדפוס, און נאך פילע פעולות צו פארשפרייטן אמונה און חיזוק אין אידישע קינדער לויטן אויסגעטרעטענעם וועג פונעם הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט אלע יארן.
יעצט וועלן די טייערע פרויען פון קרית יואל והגלילות בכלל און פונעם נייעם שפרודלדיגן געגענט בלומינג גראוו בפרט האבן די געלעגענהייט ארויסווייזן הכרת הטוב פארן ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות וואס האבן אזויפיל מי און פלאג אריינגעלייגט אז זיי זאלן האבן א גוטע לעבן, זיי זאלן וויסן וויאזוי צו לעבן מיט א מאן, וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, וואס דאס מיינט רעדן צום אייבערשטן, די חשיבות און די שמחה פון זיין א איד און טון יעדע קליינע מצוה, און מיט האבן א חלק אין די גרעסטע צדקה פון פארשפרייטן די הייליגע עצות צו נאך אידן, מענער פרויען בחורים מיידליך און קינדער, אז אויך זיי זאל קענען האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן.
די פארטי וועט פארקומען אי"ה מיטוואך אמור (למספרים מאי 15) פון 10:30 פארמיטאג ביז 2:00 מיטאג אויף 39 מעריוואלד לעין סאוט (Merriewold Lane South) אין בלומינג-גראוו.
 
עס וועט זיין בעז"ה א שיינע פראגראם מיט ראפעלס.