כאטש א גאנץ יאר, 24 שעה ארום-דעם-זייגער, איז דער ציון הקדוש אויך געווען א תל תלפיות וואו אידן פון די גאנצע וועלט זענען געקומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים ציון פון רבין, און געפועלט ביים אייבערשטן אלע ישועות - האבן אבער אין די טעג בעפאר ראש השנה אויך די אומאנער גאסן אנגעהויבן צו ווירבלען אלץ מיט מער און מער מיט אלע סארט מענטשן פון יעדע קרייז פון אלע עקן וועלט. צענדליגע געשעפטן, האטעלן, בתי מדרשים, און הכנסות אורחים טענטס וואס זענען געשטאנען ליידיג א גאנץ יאר האבן זיך אנגעהויבן עפענען איינע נאך די אנדערע.
דינסטאג נאכמיטאג, זענען שוין די גאסן געווען איבערגעפילט מיט צענדליגע טויזנטער אידן. פון מינוט צו מינוט איז די שטראם געווארן אלץ גרעסערע און גרעסער. מ'האט געזען ווי אידן קומען אן מיט די פעק און זעק, לויפן גראד צום אכסניה בלויז אויף אראפ צו לייגן דעם שווערע רענצל, "וואו איז דא א מקוה וואס איז יעצט אפן?" איז געווען די ערשטע פראגע וואס מ'האט געפרעגט, געלאפן אין מקוה, און גראד צום ציון. "דיינע פעקלעך זענען אנגעקומען?" הער איך א פראגע ווי איינער האט איינעם געפרעגט "אוי, פרעג נישט" הער איך זיין ענטפער, "מיינע פעקלעך האט דערווייל מיר קיינער נישט געקענט צונעמען. איך בין יעצט אויפן וועג צום ציון און דארט וועל איך אראפ פאקן אלע מיינע פעקלעך, און איך נעם עס נישט צוריק...". ביים ריזיגן היכל פון ציון זעט זיך אן א גרויסע געדערנג. טויזנטער אידן שטייען יעדער ביי זיין ווינקל. דער זאגט תיקון הכללי מיט בכיות, און דער אנדערער שטייט און גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט יעצט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אים אריבער, און בעט זיך אויס ישועות פארן קומענדיגן יאר. אן אנדערער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט געטראפן א רבי וואס פארשטייט אים, א רבי וואס מאכט אים לערנען און דאווענען, ער פארציילט וויפיל מסכתות ער האט געענדיגט, וויפיל מאל ער האט געענדיגט ששה סדרי משנה, וויפיל מאל ער האט געקענט מוותר זיין אין שטוב, און וויפיל זיין שלום בית האט זיך געבעסערט. אנדערע זיצן ביי די הונדערטע זיץ פלעצער און לערנען זיך יעדער זיינע שיעורים. דער איז מעביר סדרה, דער זאגט תהלים, דער משניות, דער גמרא, א.א.וו.
אין די לופט שפירט זיך שוין די הייליגע לופט פונעם יום הדין וואס קומט. עס איז שוין באלד חצות הלילה. ווען די מנינים פון סליחות "זכור ברית" הייבן זיך אן.
ווי באקאנט, האט מוהרא"ש זי"ע געבעטן אז די תלמדי היכל הקודש זאלן זיך האלטן איאיינעם אויך אין אומאן, אז מ'זאל נישט דארפן פארברענגען די צייט מיט גיין און קומען צום דירה, מקוה, בית המדש, און עסן, און אודאי נישט מיט איינקויפן ביי די לאקאלע געשעפטן אדער חלילה ביי די נידעריגע אוקריינער גוים, נאר מ'זאל קענען אויסנוצן די פאר טעג נאר צו גיין צום ציון און זיך אויסבעטן פאר א גאנץ יאר.
דערפאר האבן אנ"ש תלמידי היכל הקודש בראשות פונעם ראש הישיבה שליט"א אפגעדיגנען א ריין ווינקל אין אומאן - אינדרויסן פונעם טומל און פון די הויפט גאס "פושקינא", אבער גענוג נאנט צום ציון - ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פולע אש"ל, צימערן צו שלאפן, סעודות יום טוב און שבת, א לאקאלע בית המדרש, און א ריינע מקוה.
ווי אין די פארגאנגענע יארן, האט "שיינער" אויפגעשטעלט אין צענטער פון די פושקינא גאס זיינע גיגאנטישע הכנסת ארוחים טענטס מיט צענדליגער טויזנטער זיצן, היי יאר האט ער עס נאך מער פארברייטערט, צו קענען אנטפאנגען די פארגרעסערטע פלייץ פון געסט. אויך האט ער צוגעשטעלט 2 גרויסע טעימה צענטערן, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט מזונות און טרונקען 24 שעה א טאג בחנם. דארט אויפן פלאץ האט ער אויך אויפגעבויעט 4 גיגאנטישע בתי מדרשים: "בית משולם פייש" לע"נ הרה"ק מטאהש זי"ע, "חזון עובדיה" לע"נ רבי עובדיה יוסף, "בית חב"ד", און "סאטמאר".
אינעם לאקאלן היכל הקודש בית המדרש זענען זיך הונדערטער אידן צוזאם געקומען ליל זכור ברית צו סליחות, ווי דער ראש ישיבה איז געווען דער שליח ציבור, און מען האט געזאגט די סליחות מיט גרויס ווארימקייט.
ערב ראש השנה אינדערפרי האבן אנ"ש געהאט די זכי' צו געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט באשטימט דאס געלט צו מפיץ זיין דעם הייליגן רבינס אור אויף די גאנצע וועלט.
ווי איינגעפירט אין די לעצטע פאר יאר, איז ערב ראש השנה ביי חצות היום פארגעקומען א "תיקון הכללי העולמי", ווי איבער 30,000 אידן זענען זיך צוזאם געקומען, און שווארץ געמאכט אלע גאסן ארום דעם ציון, און צוזאמען געזאגט דעם תיקון הכללי וואס האט געשפאלטן הימלען, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך צענדליגע טויזנטער משפחה ווייבער און קינדער וואס זענען געבליבן אינדערהיים אויף יום טוב.
ערב ראש השנה נאכמיטאג, יעדער איילט זיך צוצוענדיגן די הכנות צום הייליגן טאג, מ'לויפט אין מקוה, און יעדע איבעריגע מינוט, לויפט מען צום ציון – ווי קען מען פארפאטשקען די מינוטן אין אזא הייליגע טאג? דא און דארט, זעט זיך אן אידן מיט רענצלעך וואס האבן נארוואס באוויזן אנצוקומען אין די לעצטע מינוט.
אין לאקאלן בית המדרש היכל הקודש האבן הונדערטער אידן געדאווענט. נאכן דאווענען האבן זיך די הונדערטע אידן געווינטשן "לשנה טובה" איינער פארן צווייטן מיט גרויס ווארימקייט. פון די אנדערע זייט זעט זיך אן א געוואלדיגע ערנסטקייט. קיינער רעדט נישט קיין איבעריגע ווערטער ראש השנה.
די גאסן פון אומאן זענען איבערגעפילט פון די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען ארויס פון אלע בתי מדרשים. צענדליגע טויזנטע גייען צו די גיגאנטישע "שיינער" טענטס, הונדערטער שפאנען צו "פעדער", און אויך צו פילע אנדערע הכנסות אורחים'ס וואס זענען צוזייט אין צושפרייט איבער גאנץ אומאן.
אין חצר פון היכל הקודש זענען אלע תיכף נאכן דאווענען געגאנגען צום עס זאל, ווי עס איז סערווירט געווארן א געשמאקע סעודה, מ'זינגט ניגוני התעורוות לכבוד יום טוב, די לופט איז זייער ערנסט, יעדער שפירט וואס דער רבי זאגט אז ביז מ'בלאזט נישט קיין שופר איז א געוואלדיגע ערנסטע צייט, די ספרי מתים וספרי חיים זענען אפן. עס איז נישט קיין צייט צו זינגען פרייליכע ניגונים. און אוודאי נישט צו שמועסן. נאך די סעודה האט דער ראש ישיבה אויסגערופן אז "יעדער זאל שוין אנגרייטן נעגל וואסער, ליינען קריאת שמע און זיך לייגן שלאפן, צו קענען אויפשטיין פארטאגס ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, און ביזן דאווענען וועט זיין גענוג צייט צו גיין צום ציון".
ביידע טעג ראש השנה, איז מען אויפגעשטאנען זייער פרי פארטאגס, יעדער איז געלאפן אין מקוה, און דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט א שיעור אין א בלאט גמרא בעיון (אזוי ווי יעדן טאג) און דערנאך האבן אנ"ש אויסגענוצט די הייליגע צייט ביזן דאווענען און געלאפן צום ציון.
אן אינטערעסאנטע זאך האבן די געסט אנגעמערקט: כאטש טויזנטער קענען שוין קוים ווארטן צו צוקומען צום ציון, דאך טוט קיינער קיינעם נישט שטופן. יעדער ווארט אויס מיט געדולד ביז עס וועט קומען זיין רייע. מ'קען אפילו זען ווי צוויי טענה'ן זיך "גיי דו יעצט", ניין," טענה דער אנדערער צוריק "עס איז דיין רייע". ווי דער רבי האט געזאגט "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פארא דרך ארץ איך לערן אויס מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען דרך ארץ ביי מיר".
אדון עולם האט זיך אנגעהויבן אום 8:00 אינעם גרויסן קלויז היכל הקודש נעבן ציון, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט דאווענען אלע יארן. און ווי אין די פארגאנגענע יארן האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית און הרה"צ רבי דניאל בוים שליט"א האט געדאווענט מוסף, און הרה"צ רבי יצחק לעזער שליט"א איז געווען דער בעל קורא. א ריזיגער ציבור פון טויזנטער אידן האבן געדאווענט אינאיינעם, און ווי אין די פארגענע יארן האט די קאפעליע פון די ישיבה מהנה געווען דעם עולם.
די וועטער אין אומאן איז געווען זייער הייס היי יאר – ווי נאך קיינמאל בעפאר – איבער 85 דעגריס. און פרייטאג און שבת זענען געווען זייער רעגענדיג. אבער דאס האט נישט אפגעהאלט די צענדליגע טויזנטער פון אויסנוצן יעדע מינוט צו גיין צום הייליגן ציון.
די בייטאג סעודות זענען אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס געהויבענקייט. דעם ערשטן טאג ראש השנה איז מען תיכף נאך די סעודה געגאנגען צום נאנטן טייכל צו זאגן תשליך צוזמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. נאך תשליך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קורצע רקידה'לע.
דעם צווייטן טאג ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א הערליכע דרשה, ווי א ריזיגער ציבור איז זיך צוזאם געקומען און געשליגן די ווערטער מיט דורשט. עס האט זיך אנגעזען טויזנטער געסט פון די גאנצע וועלט וואס הערן אויס א גאנץ יאר די דרשות און זענען זיך מחי' דערמיט. און האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט צו קומען זיך באדאנקען פערזענליך פאר די עצות און חיזוק מיט וואס זיי זענען זיך מחיה א גאנץ יאר.
היי יאר האבן אנ"ש געהאט א באנוס – א שבת ביים רבין. א הערליכע שבת איז אפגעראכטן געווארן אין אומאן. פרייטאג צו נאכטס זענען זיך הונדערטער צוזאם געקומען צום באטע, ווי מען האט געזונען זמירות שירות ותשבחות אינאיינעם, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ווארימע דיבורים, און מחזק געווען אז מ'זאל נישט אהיים גיין מיט ליידיגע הענט. מ'זאל נאך ווייטער אריינכאפן און גיין צום ציון וויפיל מ'קען, און אהיים נעמען מיט זיך די מתנות וואס דער רבי וויל אונז געבן. יעדער זאל זיך פארנעמען צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, נעמען א משניות און זאגן א פרק נאך א פרק אפילו מ'פארשטייט נישט, זיין שטארק מיט א בלאט גמרא יעדן טאג. און בעיקר צו זיין א וותרן אין שטוב. "ביים ציון קען מען אלעס פועלן, אבער צו האבן שלום בית מוז מען האבן שכל און זיין א וותרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט. אביסל שפעטער האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט "אוודאי קען מען פועלן ביים רבין שלום בית אויך. אבער מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן אז "איך" זאל האבן שכל און זיין א וותרן".
אויך שבת בייטאג זענען די תפלות און די סעודות אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס געהויבענקייט. און ביי שלש סעודות זענען זיך ווייטער צוזאם געקומען הונדערטער אידן צו הערן די דברות קודש פונען ראש ישיבה שליט"א. ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט הערליכע חיזוק ווערטער מיט צו נעמען א גאנץ יאר.
ויום טוב היו עושין בצאתם בשלום מן הקודש. א געוואלדיגע שמחה האט געהערשט ביי אנשי שלומינו מוצאי יום טוב, ווי מען האט זיך געפריידט זיך אז מען האט געהאט די זכי' צו זיין ביים רבין אויף יום טוב - ווי דער רבי האט געזאגט "מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה", און דער עולם איז זיך אהיים געפארן יעדער אויף זיין וועג זייענדיג זיכער אז מען האט געפועלט א גוט געבענטש יאר.