ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה דעם אנפאנג זומער אפגעקויפט א נייע מיידל קעמפ, נאכדעם וואס - געלויבט דער הייליגער באשעפער - דער ציבור אנשי שלומינו איז שטארק נתרבה געווארן, און עס איז געווארן אוממעגליך אריינצושטעלן סיי די אינגל קעמפ און סיי די מיידל קעמפ אינעם פריערדיגן לאקאל.
שוין תיכף פון אנפאנג זומער ווען מען האט אפגעקויפט דעם נייעם קעמפ, האט מען געזען אז מען דארף אריינלייגן אסאך ארבעט מען זאל קענען הנאה האבן פונעם נייעם פלאץ. מען האט טאקע איבערגעמאכט באנגעלאוס, מען לייגט אריין אסאך כחות אין די סווימינג פול, מען האט פארוואנדעלט איינע פון די בנינים אין קעמפ פאר א בית המדרש.
אזוי אויך די וועגן וואס פירן צו אלע בנינים אינעם קעמפ, האבן געדארפט א גרויסער תיקון, נאכדעם וואס נאך יעדע רעגן איז געווארן א שווערע בלאטע אין גאנצן קעמפ, און עס איז נישט שייך געווען ווייטער אנצוגיין אזוי.
דער ראש ישיבה, וואס איז זיך מוסר נפש פאר די הייליגע מוסדות, אלעס נאר כדי די טייערע קינדער זאלן האבן א פלאץ ווי זיי זאלן קונה זיין אמונה, יראת שמים, גוטע מידות, און זיין אויפגעבויטע קינדער גרייט פיזיש און גייסטיש פאר זייער עכטע לעבן, האט זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער איבערצופלאסטערן אלע וועגן און שטעגן אינעם קעמפ, און אזוי אויך נאך אסאך טייערע און קאסטבארע פאררעכטיגונגען וואס פעלט זיך וויכטיג אויס.
 
כְּשֶׁתִּרְצֶה לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמְךָ קדֶם בְּמִדַּת הַבִּטָּחוֹן (ספר המידות - דרך)