עס איז א שמחה ביי די פרויען אנשי שלומינו צו זען ווי עס קומען כסדר צו פרישע לאקאלן אין אמעריקע אין ארץ ישראל און אין אייראפע ווי די פרויען פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט.
יעצט אין די ערב ראש חודש כלסיו טעג גרייטן זיף די פרויען צום פרישן צוזאמקום, און ווי ביז היינט וועט מען זיך דארט בעז"ה אויפפרישן און מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, און אזוי ארום קענען ווייטער אנגיין און איבערקומען אלע שוועריקייטן וואס מאכט זיך טאג טעגליך, און קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט אריבער אויף אידישע קינדער.
מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו.
 
   פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער:
       וויליאמסבורג - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט.
       קרית יואל - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד.
       מאנסי - דינסטאג תולדות, 8:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 845-200-8998
       דזשערסי סיטי - מיטוואך תולדות, 9:00 ביינאכט, 159 פולטאן עוועניו.
       ירושלים - מיטוואך תולדות, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645
       צפת - פאר פרטים רופט 0504138219
       בית שמש - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0559821013
       קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך תולדות, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל
 
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק