ווער עס קומט אריין אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין די טעג וועט געכאפט ווערן אין סורפרייז. כאטש די בחורים לערנען פלייסיג אין אלע חדשים אין יאר, ישיבה תפארת התורה איז א חידוש וואס איז נישטא אזוינס אין די גאנצע וועלט, עס האט נישט איר גלייכן אינעם סכום פון די צענדליגע טויזנטע בלעטער גמרא, פרקים משניות, וכו' וכו' וואס קומט ארויס פון דעם בית המדרש. אבער דאך אנגעהויבן פון חמשה עשר באב קען מען ממש נישט רעדן צו קיין בחור, "אנטשולדיגט איך האב נישט קיין צייט" וועסטו הערן ווען דו וועסט צוגיין צו סיי וועם, ער לויפט צו צום שאנק און עפענט אויף א גרויסע גמרא, און זעצט זיך לערנען פאר עטליכע שעה אין א ציה. וואס גייט דא פאר? איך זעה נישט קיין משגיח וואס צייכענט און טרייבט, וואס קען נעמען א אינגע בחור מיט הייסע בלוט און אים ממש ווי צוקלעבן צום באנק מיט א גמרא פאר שעות אריכות, אן קיין פרסות, אן קיין קנסות און אן קיין שעות רצופות קאמפיין?
 
די געשיכטע הייבט זיך אין תשע"א, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ראש ישיבה שליט"א וואס פארציילט עס הערליך אין א בריוו. “געווען איז דאס זומער שנת תשע”א, מיר זענען געווען אין קעמפ “מחנה תפארת התורה ברסלב” - עלענוויל ניו יארק, די דריטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה. דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו’, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. איך פלעג כסדר פרעגן פון מוהרא”ש: “וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!” און מוהרא”ש פלעגט מיר ענטפערן: “וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה”, דעמאלט האט דאס אויסגעקוקט ווי מוהרא”ש וויל מיר סך הכל מחזק זיין, ווייל במציאות, אז עס זאל טאקע אזוי זיין האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן.
 
אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג’עקשנ’ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער. 
 
איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא”ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא”ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא”ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב.
 
ביי די דרשה האט מוהרא”ש געזאגט אזוי: “איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט”ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה”; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג”.
 
די זעלבע זאך חזר'ט זיך איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, א געזונטע בחור וויל חתונה האבן, און וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן א שידוך, און דא הערט מען א סגולה פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען. דערפאר דארף זיי קיינער נישט הייסן, קיינער דארף זיי נישט טרייבן. די בחורים שטרענגען זיך אן - אויסער זייער פילע אנדערע שיעורים און לימודים - צו ענדיגן יעדן איינציגן טאג די גאנצע מסכת וואס באשטייט פון דרייסיג בלאט. און געלויבט דער אויבערשטער, די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע גייט נישט פארפאלן, די בחורים טרעפן שידוכים און שטעלן אויף אידישע שטובער. 
 
מיט דעם אפשר קען מען משלב זיין ביידע מאמרי חז"ל "לא הי’ ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" אז מען האט דעמאלטס געטראפן שידוכים, צוזאמען מיט דעם וואס חז"ל זאגן זייער שארף אז פון חמשה עשר באב דארף מען מוסף זיין בלימוד התורה. אין ישיבה תפארת התורה גייען די ביידע זאכן צוזאמען.
 
🎧 דרשה פון מוהרא"ש חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ פון ישיבה תפארת התורה ברסלב
 
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב