אויפן פארלאנג פונעם ציבור וואס וויל וויסן דער סדר אין קעמפ פון מוצש"ק, ווילן מיר איבערגעבן דעם סדר היום פון תשעה באב. מוצש"ק בערך א האלבע שעה נאכן זמן וועט מען דאווענען מעריב, דערנאך ווען מען זאגן אינאיינעם מגילת איכה.
נאכן דאווענען וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן - מיטן אייבערשטנ'ס הילף - א לאנגע שמועס פאר אין מדרש איכה ובעניני דיומא.
אינדערפרי איז דער מנהג אז מען זאגט אויך איכה נאכן דאווענען. (כמנהג הגר"א)
דער אייבישטער זאל העלפן אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גוא"צ. אמן.
השבינו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם
 
דער שיעור פון ראש ישיבה ליל תשעה באב פאריאר תשע"ח