נעכטן זונטאג אמור במשך א גאנצן טאג, האבן הונדערטער פרויען געשטראמט צום לעכטיגן ווינקל אין וויליאמסבורג צום עטרת אפעל זאל, אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי עס געפינט זיך די הייליגע ישיבה און תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, און ווי עס קומען פאר כסדר די וועלט בארימטע חתונות בחנם.
פרויען פון אלע קרייזן און עידזשעס זענען געקומען שטיצן זיין די הייליגע מוסדות וואס געבט חיות און לעבן פאר זיי דורך די שיעורים, ספרים, קונטרסים, האט ליינס, און אזוי ווייטער.
די פארטי איז ב"ה געווען א געוואלדיגע סוקסעס, און עס איז אריינגעקומען גאר אסאך פינאנציעלע און מאראלישע שטיצע פאר די הייליגע מוסדות.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט וועט מען ווייטער אנגיין מיט מער מוט און פלייס צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון הייליגן רבין און מחזק זיין אידן צו לעבן מיטן אייבערשטן ביי יעדן טריט און שריט, און זיך ווענדן נאר צו אים, און אזוי ארויסגיין פון יעדן פראבלעם און פלאנטער.
בזכות נשים צדקניות
 
בילדער פון די פארטי הערליך צוגעגרייט