די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער.
אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, צו מגלה זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען דא אויף דער וועלט. יעדער איד אין די גאנצע וועלט זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס קען זיך אראפ לאזן צו דיר, און אריינברענגען אויך אין דיר אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט דיר, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צו אים.
יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.
דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן פילע אידן פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און דאס געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל".
מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה "אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך מיר, די זעלבע וועט אויך זיין נאך מיין הסתלקות, ווער עס וועט קומען צו מיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן". און דאס האט זיך ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'.
איבעראל ווי עס געפונען זיך אנשי שלומינו, איז מען זיך צוזאם געקומען און זיך דערמאנט אין די הייליגע לימודים וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, און זיך אויפגעפרישט מיט די עצות און התחקות פון הייליגן רבין.
דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא דינסטאג נאכט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג. וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג.
מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן. דאס זענען די גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז "די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד". דאס איז אן אמת'ער מהניג, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן.
דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל זיך שטארקן אין הפצה, און אפילו אויב דו קענסט נאך נישט אליינס גיין הפצה, כאטש זיי מחזק די מפיצים, ווען דו זעסט א מפיץ קומען, שטעל דיך אויף און נעם אים אויף מיט א שמחה, און פרעג אים וואס פארא גוטע ספרים ער האט מיט זיך יעצט.
נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פון הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט עס איז נישט גענוג אז רבי נתן איז מפיץ, דער ראש ישיבה איז מפיץ, יעדער דארף האבן א שייכות מיט הפצה, ער האט געבעטן מען זאל צוגיין צו די עסקנים פונעם קרן הדפסה און אפשמועסן מיט זיי וויפיל מען וועט געבן יעדע וואך אדער חודש. בפרט האט מען יעצט די געלעגענהייט צו קויפן א זכות אינעם נייעם בנין וואס דער קרן הדפסה קויפט יעצט אפ.
דערנאך האט מען געזען א דרשה פון מוהרא"ש פאר בחורים אין די מ' יארן ווי ער ברענגט ארויס די זכיה וואס מען האט צו קענען מפיץ זיין דעם רבינס ספרים, און געזאגט פאר די בחורים אז נאך זייער חתונה ווען זיי וועלן אלע גיין וואוינען ווי דער באשעפער וועט זיי שיקן זאלן זיי יעדער עפענען א היכל הקודש ביי זיך אין שטאט.
דערנאך האט מען געזען א פרעזענטאיצע פון די לעבן פון מוהרא"ש, ווי מען איז דורכגעגאנגען זיינע קינדער יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה. מען האט דורכשפאצירט פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מען האט מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?".
דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
לזכר עולם יהיה צדיק!
💳 צו נעמען א חלק אין די הדפסה והפצה
📸 בילדער פון יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג
📸 בילדער פון יארצייט סעודה אין מאנטשעסטער
🗞️ פרעזענטאציע פון די לענבנס געשיכטע פון מוהרא"ש
📰 יארצייט פון מוהרא"ש תשפ"א
📰 ספר תורה ווערט געשריבן לעילוי נשמת מוהרא"ש
🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש

🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים