מיט גרויס פרייד נעמען די פרויען אנשי שלומינו אויף די נייעס אז עס וועט אי"ה פארקומען די פרישע פרויען צוזאמקום, ווי מען וועט האבן די געלגענהייט זיך צו מחזק זיין איינע די אנדערע מיט עצות און חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן און קענען ווייטער ציען שיינע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט איבער אויף אידישע קינדער.
מען וועט בעזר ה' האבן די זכי' צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים.
דער שיעור וועט בעזרת ה' זיין דער לעצטער שיעור פאר פרויען ביזן קעמפ, צוליב וואס מען פאר שוין אט ארויס אין עטליכע טעג.
 
פאלגענד זענען די לאקאציעס און צייטן פון די געדערינגס:
וויליאמסבורג: אי"ה היינט זונטאג שלח אום 8:00 אזייגער - אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט.
מאנסי: אי"ה מארגן 8:30 אויף 32 דאלסאן סט.
קרית יואל: אי"ה מארגן 9:00 אויף 6 גארפיעלד רד.
דזשורזי סיטי: אי"ה מארגן 9:00 אזייגער, אויף 159 פולטאן סט.
 
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק