עס איז א שמחה ביי די פרויען אנשי שלומינו צו זען ווי עס קומען כסדר צו פרישע לאקאלן אין אמעריקע אין ארץ ישראל און אין אייראפע ווי די פרויען פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט.
יעצט אין די ערב ראש חודש שבט טעג גרייטן זיף די פרויען צום פרישן צוזאמקום, און ווי ביז היינט וועט מען זיך דארט בעז"ה אויפפרישן און מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, און אזוי ארום קענען ווייטער אנגיין און איבערקומען אלע שוועריקייטן וואס מאכט זיך טאג טעגליך, און קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט אריבער אויף אידישע קינדער.
מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו.
 
   פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער:
       וויליאמסבורג - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט.
       בארא פארק - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, אויף 1236 50סטע סטירט.
       קרית יואל - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד.
       מאנסי - אי"ה קומענדיגע וואך, פרטים וועלן נאכפאלגן אי"ה.
       קרית ברסלב ליבערטי - מיטוואך וארא, פרטים וועלן געמאלדן ווערן אי"ה.
       דזשערסי סיטי - מיטוואך וארא, 9:00 ביינאכט, 54 רענדאלף עוועניו.
       ירושלים - מיטוואך וארא, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645.
       צפת - אי"ה קומענדיגע וואך, פרטים וועלן נאכפאלגן אי"ה.
       בית שמש - מיטוואך וארא, פאר פרטים רופט 0559821013.
       קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך וארא, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל.
 
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק