מוצש"ק דער ערשטער נאכט יום טוב איז מען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד אום 1:45, און געזאגט אינאיינעם דעם "תיקון ליל שבועות", און מען האט געזינגען אינצווישן שיינע אידישע ניגונים, וואס איז מעורר צו לערנען די הייליגע תורה און זיין אן ערליכער איד.
דעם ערשטן טאג יום טוב האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אום 11:00, צו שחרית איז צוגעגאנגען די ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געדאווענט מיט גרויס געשמאק און ווארימקייט, מען האט געזינגען צוזאמען די באוויסטע "סאטמארע אהבה רבה ניגון" מיט גרויס דביקות, אויך האט מען געזינגען צוזאמען הלל שטיקל ביי שטיקל. אקדמות איז פארגעזאגט געווארן מיט גרויס ווארעמקייט דורך הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב. מוסף האט געדאווענט פארן עמוד מו"ה איתמר טובי' אינדיג הי"ו, וואס האט מהנה געווען דעם ציבור מיט זיין זיסע שטימע.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית לבן הנולד צו מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו, דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, ויקרא שמו בישראל "אברהם מאיר".
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" (מעשה ז'), ווי מען האט ארום גערעדט אויף די ווערטער פונעם הייליגן רבין "אז ווילאנג די דף איז מגין אויף דיר, דארפסטו פון גארנישט מורא האבן", ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז דאס גייט ארויף אויף לערנען א דף גמרא יעדן טאג, און האט שטארק ארויסגעברענגט אז דער "דף גמרא" איז מגין אויפן מענטש פון אלע זיינע צרות.
אום 8:00 פארנאכטס איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט דעם דף גמרא, דערנאך האט הר"ר מרדכי אינדיג פארגעליינט דעם "תנאים" צווישן כנסת ישראל און דער אייבישטער, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט אין ספר הקדוש "שיחות הר"ן" (שיחה י"ט), ווי דערהייליגער רבי רעדט די גרויסקייט פון לערנען, און אז א מענטש מאכט ביי זיך א חק קבוע צו לערנען יעדן טאג"כך וכך", וועט דאס ארויסשלעפן דעם מענטש פון יעדע בלאטע און פלאנטער ווי ער איז נאר אריינגעפאלן, בגשמיות אדער ברוחניות. און ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, אז "כך וכך" גייט ארויף אויף "אכצן פרקים משניות א טאג".‎
דעם צווייטן טאג יום טוב אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט פאר שחרית אינעם הייליגן ספר "פעולת הצדיק", ווי מען האט געלערענט איבער די אינגע יארן פונעם הייליגן רבין, ווי דער האט זיך מסגף געווען. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען ווערט נישט קיין צדיק איבער נאכט, נאר עס נעמט טעג און אסאך מאל יארן ווילאנג מען ווערט א צדיק, און א מענטש דארף האבן סבלנות, און עקשנות און ווייטער לערנען און דאווענען אפילו ער פילט גארנישט, ווייל אויב ער וועט זיך דערהאלטן וועט ער צום סוף זוכה זיין צו אלע מדריגות.
כמעשהו בראשונה כך מעשה בשניה, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית, צו מוסף איז צוגעגאנען מו"ה מרדכי ראזענפעלד הי"ו.
נאך שחרית, האט דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארגעלערנט אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות", מעשה ז, און שטארק ארום גערעדט דער ענין פון "הגבל את ההר", אז מען זאל נישט ברענען צופיל. למשל מען זעט איינער איז נארוואס געווארן א בעל תשובה און ער וויל שוין תיכף ומיד זיך פירן אזוי ווי א חסידישער איד מיט אלע הנהגות, ער טוט זיך אן חסידישע מלבושים, ער דרייט איבער זיין שטוב, נאכדעם פלאצט עס אבער. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענט אז מען דארף גיין שטאטליך, טריט ביי טריט. און אזוי וועט מען אנקומען זייער ווייט. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט אז מען זאל נעמען דעם רבינ'ס סדר הלימוד מיט א געשמאק, און נישט נעמען דאס לערנען פאר א פרעשור "איך מוז אנקומען", "איך מוז ענדיגן", נאר לערנען כסדר וויפיל מ'קען.
דערנאך האט הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, פארגעליינט די "כתובה", מען האט געזינגען ניגונים מענינא דיומא און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט אינעם הייליגן ספר "חיי מוהרן" (סימן תר"א) "אל יהיה רשע בפני עצמך"‎, אז א איד וויל זיין אן ערליכער איד דארף ער זיך דרייען צווישן ערליכע אידן, און אזוי וועט ער סוף כל סוף אויך ווערן אן ערליכער איד, ווייל אויב זעט מען אז מען איז בבחינת "רשע", איז עס ווייל מען איז "בפני עצמך", אליינס בלאנדזשעט מען.
מוצאי יום טוב גלייך נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארגעלערנט א פרישע דף גמרא, און מיט דעם האט מען ארויסבאגלייט דעם הייליגן יום טוב.
 
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני