שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך האב שרעקליכע פחדים פון די קאראנע וויירוס, ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן?
אמונה, קאראנע וויירוס, פחדים

תוכן השאלה‎

שאלה:


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ציטער געפערליך פון די קאראנע וויירוס, עס זעט מיר אויס ווי די וועלט ענדיגט זיך, עס ווערט אויס וועלט. איך בין א גאנצן טאג אונטער פאניק און שרעק, איך רעד צום אייבערשטן, איך בעט דעם אייבערשטן, איך ווייס אז ער איז דא, ער הערט און ער זעט און ער ווייסט אלעס, נאכאלץ בין איך אבער נאך אין א שרעקליכע פאניק און שרעק כסדר.


איך דארף התחזקות, דער ראש ישיבה זאל אבער פארשטיין אז סתם התחזקות וועט מיר נישט העלפן, ווייל איך זע אז איך דארף בארואיגן מיין ווייב און קינדער, אבער אין די זעלבע צייט דארף איך זיך קודם אליין בארואיגן, און איך קען ממש נישט קומען צו זיך. איך ליג אין בעט מאכטלאז, אויב די קאראנע וויירוס האט איינעם גע'הרג'ט, איז עס מיך, איך בין ממש א טויטער.


מיין ווייב ווייסט נישט וואס ס'איז געשען מיט מיר, איך וויל איר נישט זאגן אז איך בין פשוט אין א שרעקליכע פחד פון די קאראנע וויירוס, ווייל איך וויל איר נישט מער דערשרעקן, גענוג וואס איך בין אזוי דערשראקן, זאג איך איר אז איך פיל סתם נישט אזוי גוט.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון אינעם אייבערשטן דער האט נישט קיין שום שרעק; ער שרעקט זיך נישט פון קיין שום זאך ווייל ער האט בטחון אינעם אייבערשטן. ער גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיר, דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס און עס קען גארנישט פאסירן אן אים.


דער וואס האט בטחון פארזיכערט זיך אינעם אייבערשטן אזוי ווי א קינד פארזיכערט זיך אין זיין טאטע. מען זעט ביי א קינד, ווען ער גייט אין גאס מיט זיין פאטער און עס קומט צו גיין א שרעקעדיגע מענטש אדער א שרעקעדיגע חי', כאפט דאס קינד אן דעם טאטע'ן און קוועטשט אים די האנט אן קיין מורא; אזוי איז מיט'ן מענטש וואס האט בטחון, ער כאפט זיך אן אינעם אייבערשטן, דאן האט ער נישט קיין שום פחד און מורא פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער זאלסט אנהויבן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות; ווען מען נעמט דעם רבינ'ס עצות, מען הויבט אן פאלגן דעם רבי'ן - קריכט מען ארויס פון יעדע איינציגסטע פראבלעם. דער רבי האט עצות פאר יעדן איינעם, אפילו מענטשן וואס האבן פחדים און ליידן נעבעך אויף שווערע גייסטישע מחלות, זיי ליידן פון שלעכטע מחשבות, אלעס גייט אוועק אויב מען פאלגט דעם רבי'ן.


די עצה פון רבי'ן איז "אמונה"; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צוזאם, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן מיט פון פחדים און אומזיסטיגע שרעק און אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", לעבט ער א רואיג לעבן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, ער האט אנגעהויבן לעבן מיט אזא שטארקע אמונה אז גארנישט האט אים דערשראקן און גארנישט האט אים געשטערט. פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון פון: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם".


מיין ליבער הארציגער ברודער, ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים שטארק זיינע נערוון; אזוי אויך פארקערט, אויב א מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון, ער מיינט אז עס איז דא טבע, מקרה און מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים, מיט שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם. די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערוון איז נאר "אמונה".


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אמונה; א גאנצן טאג זאלסטו נאר זינגען ניגונים פון אמונה נאכאמאל און נאכאמאל, ביז עס וועט ווערן איינגעבאקן אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער. דעמאלט וועט אוועק גיין פון דיר אלע פחדים, דו וועסט נישט ליגן אין בעט פון שרעק, דו וועסט קענען אנגיין מיט די טאג טעגליכע ארבעט, דו וועסט וויסן אז אלעס אלעס איז דער הייליגער באשעפער און מען קען זיך נישט געבן קיין ריר אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן.


ליין דעם בריוו איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל, אן א שיעור מאל - ביז דו וועסט אויסגעלייזט ווערן פון דיינע שרעק, דו וועסט זיין א פרייער מענטש, דו וועסט שפירן די זיסע, געשמאקע, איינגענעמע טעם וואס צדיקים שפירן אויף די וועלט און יענע וועלט.