שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי גייט מען הפצה מיט קונטרסים?
הפצה, קונטרסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר זענט מחיה רבבות אלפי ישראל מיט א נאנטקייט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער אסאך כח ממשיך צו זיין נאך און נאך אין אלע אייערע הייליגע פעולות.


שוין עטליכע יאר זייט איך האב זוכה געווען צו טרעפן די נומער פון "קול ברסלב", דאס האט געכאפט מיין הארץ, איך האב געשפירט אז איך האב געטראפן א פלאץ וואו כ'וועל באקומען חיזוק אין סיי וועלכן מצב.


שפעטער האב איך אנגעהויבן ליינען די גליונות און די בריוו, און דאס געבט מיר ממש לעבן יעדן טאג. און עס ברענט אין מיר דאס צו פארשפרייטן אויך ווייטער, צו העלפן נאך אידישע קינדער.


לעצטנס האב איך גענומען א פעקל קונטרסים און איך בין געגאנגען שטילערהייט ביי מיטאג צייט ווען אלע שולן זענען ליידיג און אוועק געלייגט איינס אין יעדע שול אין צענדליגע בתי מדרשים, נאכ'ן פארזיכערן אז קיין איינער איז נישט דארט, ווייל איך בין זייער שעמעוודיג און א פחדן. איך ווייס אז קומען גלייך צו א מענטש און אים געבן אין פנים קען איך נישט, האב איך כאטש דאס געטון.


נאכדעם האט מען מיר אבער געזאגט אז דער ראש ישיבה איז נישט צופרידן אז מען פארשפרייט די קונטרסים בחינם, האט מיר דאס געמאכט גרויס חלישות הדעת. וואס טוט מען ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גליונות קענסטו לייגן אין בתי מדרשים בחינם, אבער קונטרסים און ספרים זאלסטו נישט לייגן אין בתי מדרשים; קענסט גיין דערמיט ביי די הייזער פון טיר צו טיר און בעטן צדקה.


איך ווייס אז עס ברענט אין דיר הפצה, דו ווילסט אריינברענגען די עצות, שכל און חיזוק פון רבי'ן אין די וועלט, אבער דאס קען נישט גיין נאר אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. מוהרא"ש האט געזאגט נישט געבן קיין ספרים און קונטרסים בחינם און זיכער נישט לייגן אין שולן, נאר געבן מיד ליד.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען גייט הפצה, איין וועג אז מען זאגט: "א שיינע מתנה", וכו' וכו', און ווען יענער נעמט דעם ספר בעט מען צדקה, א צווייטע וועג איז אז מען בעט קודם צדקה, און ווען יענער געבט צדקה זאגט מען: "דא האט איר א שיינע מתנה".


איך האף דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.