שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין משפחה זאל מיר צוריק אננעמען?
משפחה, תשובה, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור העכער די אכצן יאר, איך בין ארויס פון ישיבה שוין איבער צוויי יאר צוריק, און איך בין געגאנגען ארבעטן. מיין טאטע איז נישט געווען צופרידן פון מיר און ווי אזוי איך זע אויס, מיין טאטע און מיינע ברידער האבן מיר כסדר זייער פארשעמט און אראפגעקוקט, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אנטלאפן פון שטוב.


איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, יעצט האב איך שטארק חרטה אויף דעם, און איך האב שטארק חשק צוריק צו גיין אהיים, איך ווייס אבער אז מיין טאטע און מאמע און מיינע ברידער גייען נישט וועלן רעדן מיט מיר, און אפילו אויב יא, גיי איך בלייבן דער אויסווארף פון די משפחה, איך וויל זיי זאלן מיר אננעמען אזוי ווי איך בין, איך וויל שפירן ווי א חלק פון די משפחה.


איך בין זייער צעבראכן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א האט אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט צעבראכן, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דער אייבערשטער האט דיר ליב און ער ווארט צו הערן דיין קול; ער וויל הערן ווי דו רעדסט צו אים, ער וויל הערן אפילו איין ווארט ווי דו רופסט אים; זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער העלף מיר! איך בין אזוי פארלוירן, איך וויל זיך אויסקומען מיט מייינע עלטערן, איך וויל האבן א שיינע לעבן, העלף מיר איך זאל צוריק קומען צו דיר און צי די תורה"; דאס איז די עצה ווען מען איז צעבראכן, מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דאס מאכט דער מענטש זאל ווערן אויס צעבראכן און אנהייבן שפירן א געשמאק אין לעבן.


גיי אהיים צוריק צו דיינע עלטערן און משפחה; דיינע עלטערן וועלן דיר צוריק נעמען מיט ביידע הענט, זיי בענקען נאך דיר און ווארטן אויף דיר. עס איז נישט ווי דו טראכסט אז זיי גייען נישט וועלן רעדן מיט דיר, דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען אז דו קומסט צוריק אהיים.


עס זיך נישט אויף מיט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ וואס איז געווען. מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפ'ן עבר, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי"; זיי מכבד דיינע עלטערן פון יעצט און ווייטער.


אז דיינע ברידער וועלן דיר אריין זאגן וכו' זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זאלסט זיי נישט ענטפערן, וועסטו מיט דעם פאררעכטן אלעס וואס איז געווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.