מכתב יומי

ב ניסן תשע"ח

March 18 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ב' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אריין אין חודש ניסן; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין יום טוב פסח בשמחה און מיט פרייד, מיר זאלן ניצול ווערן פון חמץ - סיי דער גשמיות'דיגע חמץ און סיי דער רוחניות'דיגע חמץ פונעם יצר הרע וואס ער ברענגט אריין אין אונז עצבות און מרה שחורה, ער איז אונז מטמא מיט שלעכטע מחשבות. יעצט ווען מיר רוימען אויס דעם חמץ פון שטוב דארפן מיר אויך אויסרוימען דאס כעס און מרירות, און זען אז מיר זאלן שטענדיג זיין פרייליך און צופרידן.


איך בעט דיר זייער, יעצט ווען מען איז פארנומען אין אלע שטובער מיט די הכנות פארן יום טוב, זאלסט רחמנות האבן אויף דיין ווייב; זע איר צו העלפן מיט די הכנות פאר יום טוב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קיט.) אז די הייליגע תנאים און אמוראים פלעגן אליינס עוסק זיין אין די הכנות לכבוד שבת; רב ספרא האט אפגעברענט דעם קאפ פון א בהמה לכבוד שבת, רבא האט אליינס געזאלצן די פיש, רב הונא האט אנגעגרייט די ליכט, רב פפא האט געמאכט די קנויטן, רב חסדא האט געשניטן די גרינצייג, רבה און רב יוסף האבן געהאקט האלץ, רבי זירא האט אנגעצינדן די פייער מיט קליינע שטיקלעך האלץ, רב נחמן בר יצחק האט אליינס אריין געברענגט אלע קליידער און כלים, עיין שם; אויב עס האט געפאסט פאר די גרויסע צדיקים זיי זאלן אנגרייטן לכבוד שבת, זיי האבן זיך נישט געשעמט וכו', זיי האבן נישט געזאגט אז עס פאסט נישט, נאר אדרבה, זיי האבן עס געטון מיט די גרעסטע מאס שמחה, דארפן מיר זיך זיכער העלפן די ווייב אריין צו ברענגען דעם הייליגן יום טוב פסח.


עס זענען דא אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל; זיי זענען פארנומען צו טון חסד מיט יעדן איינעם, פאר חברים וכו', אבער אין שטוב לייגט ער נישט צו די הענט אין קאלט וואסער. אודאי דארף מען טון חסד מיט אנדערע מענטשן, אבער דאס טאר נישט זיין אויפן ווייב'ס חשבון, חסד הייבט זיך אן אין שטוב. געדענק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "א מענטש האט נישט קיין חברים, אויב יא איז די ווייב דער ערשטער"; אלע חברים זענען חברים ווי לאנג זיי קענען האבן א טובת הנאה פון דיר, אבער ווען דו וועסט זיין אין א צרה וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר.


יעצט אין די פארנומענע ערב פסח טעג זאלסטו אויך זען אריין צו כאפן אביסל חומש יעדן טאג, א פאר פרקים משניות און לכל הפחות איין דף גמרא, ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. מען כאפט זיך נישט, עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש און גארנישט בלייבט נישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל תורה תפילה און גוטע מעשים וואס מיר האבן ארויס געכאפט יעדן טאג.


  א גוטן טאג.