מכתב יומי

כט אדר תשע"ח

March 16 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא – החודש, כ"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין אין שבת פרשת החודש, אויך געפאלט דעם שבת ראש חודש ניסן. ראש חודש ניסן איז זייער א גרויסער טאג, אין דעם טאג איז דעם רבינ'ס געבורטסטאג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש סדר עולם, פרק ז): "רֹאשׁ חוֹדֶשׁ נִיסָן נָטַל עֶשֶׂר עֲטָרוֹת"; זאגט מוהרא"ש אז  דאס גייט ארויף אויפן 'תיקון הכללי'. אז אום ראש חודש ניסן איז געבוירן געווארן דער הייליגער רבי וואס האט אונז געגעבן דעם 'תיקון הכללי'; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן דאס נישט געקענט משיג זיין; א טייל האבן יא אנגעהויבן דאס משיג צו זיין, אבער זיי זענען אוועק פון דער וועלט אינמיטן, אבער איך - האט דער רבי אויסגעפירט - האב זוכה געווען משיג צו זיין און מגלה זיין דעם תיקון הכללי".


מוהרא"ש האט איינגעפירט אז מען זאל זאגן דעם "תיקון הכללי" יעדן צופרי גלייך נאכן דאווענען צוזאמען מיט א מנין, וואס דאס האט אלע סגולות און אלע ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז דער "תיקון הכללי" איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות. נאכן דאווענען לויפט מען זוכן פרנסה און דא האבן מיר א סגולה פון רבי'ן פאר פרנסה, פארוואס זאלן מיר נישט נעמען דעם סגולה פון הייליגן רבי'ן, דאס ברענגט דאך אלע ישועות, אלע רפואות, אזוי אויך פרנסה און עס מעקט אפ די עבירות וואס מען האט פוגם געווען. וואס וואלטן מיר ווען געטון אן דעם רבי'ן? מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע עצות.


דער רבי איז געבוירן געווארן ראש חודש ניסן; מוהרא"ש זאגט אז די גאנצע זאך פון רבי'ן איז התחדשות - זיך באנייען. דער רבי לערנט אונז אויס ווי אזוי א מענטש קען כסדר אנהייבן פון פריש, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי דער וועלט איז שכחה א חסרון, אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה. ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט לערנען און דאווענען און טון מצות, עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון"; דאס זעהן מיר ראש חודש. דער לבנה באנייט זיך, זי הייבט אן נאכאמאל גרויס ווערן, זי ווערט פריש געבוירן. אזוי דארפן מיר לעבן, כסדר זיך באנייען, נישט קוקן וואס עס איז געווען און נישט צוריק טראכטן וואס מען האט געטון.


מיר דארפן זיך זייער פרייען אז נאך אביסל גייען מיר זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה; מצה ווערט אנגערופן (זוהר שמות, קפג:): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה; דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה ביי אידישע קינדער און דורך דעם וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ז): "עִיקָר הַגָּלוּת זֶה רַק מַחֲמַת חִסָרוֹן אֱמוּנָה", וואס איז גלות? אז מען לעבט נישט מיט אמונה; ווייל ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט ביי זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער און עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אנעם אייבערשטן; דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם און דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דּוֹמֵם, צוֹמֵחַ, חַי, מְדַבֵּר. ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ווערט ער אויסגעלייזט פון אלע זיינע צרות.


מיר דארפן גוט אריין באקן אין אונז און אין אונזערע קינדער אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין א גאנץ יאר צו זיין אפגעהיטן פון עבירות, אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט (מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ בְּפֶסַח, מֻבְטָח לוֹ שֶׁלֹא יֶחְטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז אפגעהיטן פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אז מען פריידט זיך מיט די מצה, מען פריידט זיך "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי", מען געדענקט א גאנץ יאר אז מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה און מיר האבן נישט געגעסן קיין משהו חמץ - די שמחה היט אפ דעם מענטש פון זינדיגן.


דער של"ה הקדוש זאגט (מסכת פסחים; מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תעז, סעיף קטן א): "איך האב געזען ערליכע אידן פלעגן זיך אזוי פרייען מיט די מצות, זיי פלעגן קישן די מצות מיט א גרויסע שמחה"; וואויל איז דעם מענטש וואס ברענגט אריין אין זיינע קינדער זיך צו פרייען מיט די הייליגע מצוות.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת און א ליכטיגן חודש.