מכתב יומי

ו אב תשע"ח

July 18 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו דערהאלסט זיך. אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע צייטן, זאלסטו זיך דערהאלטן; געדענק אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט. עס איז נישט דא קיין פערצופאל, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס פירט דער אייבערשטער.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות, געלט געבט דער אייבערשטער"; אז מען האט נישט קיין פרנסה, מען קען נישט דעקן דאס לעבן, דארף מען זיך ווענדן צום אייבערשטן און ער וועט געבן פרנסה.


איך בין יעצט זוממער אין קעמפ צווישן די גראז און ביימער, וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "עס איז גוט צו זיין צווישן זיי"; עס איז שוין אריבער א האלבע זוממער, נאך אפאר וואכן קומען מיר אהיים און מען פארט גלייך צום רבי'ן.


נעכטן איז געווען דער רב – הרב ... שליט"א, ביים גיסן די מקוה אין אומאן; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר וועלן קענען זיין צוזאמען ביים רבי'ן ראש השנה, זיך מחי' זיין און מחזק זיין מיט די עצות פונעם רבי'ן.


איך דאנק דיר פארן נעמען א חלק אינעם בנין אין אומאן.


זיי געזונט און שטארק .