מכתב יומי

ח אב תשע"ח

July 20 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען יעצט אריין אין זייער א גרויסער שבת - שבת חזון; דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס האט הייליגע אויגן קען זען שבת חזון ווי דער בית המקדש השלישי בויעט זיך אויף"; דארפן מיר זייער אכטונג געבן מיר זאלן האבן ריינע אויגן.


מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי מלעכעוויטש זכותו יגן עלינו, אז די ערשטע זאך ווען א מענטש וויל תשובה טון, דארף ער זיך היטן זיינע אויגן; מיט דעם טייטשט ער דעם פסוק (צפניה ג, כ): "בְּשׁוּבִי אֶת שְׁבוּתֵיכֶם - לְעֵינֵיכֶם", ווען איר טוט תשובה - זאלט איר אנהייבן מיט די אויגן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע הייבט זיך אן ביי די אויגן, אבער אז מען היט די אויגן איז מען זוכה צו א ריינע מח און צו אלע גוטע זאכן.


היינט האבן מיר מסיים געווען גאנץ נביאים וכתובים און מארגן - שבת קודש - הייבן מיר אן נאכאמאל נ"ך; אז מען לערנט יעדן טאג צוויי קאפיטלעך איז מען מסיים יעדעס יאר גאנץ נ"ך.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "נ"ך איז מיין מוסר ספר"; ווייל ווען מען לערנט נ"ך זעט מען וואס פאסירט ווען מען גייט אוועק פון די תורה. יעדע מאל וואס די אידן זענען געגאנגען בדרך התורה האבן זיי מצליח געווען; קיינער פון די פעלקער האבן נישט געטשעפט און מען האט באזיגט אלע מלחמות, אבער ווען מען איז אוועק געגאנגען פון די תורה איז מען גלייך אונטערטעניגט געווארן אונטער די פעלקער, און מען האט פארלוירן די מלחמות וכו' וכו', ביז מען האט תשובה געטון.


אזוי אויך זעט מען ווען מען לערנט נ"ך, אז ווען די אידן האבן געהאט א צדיק זענען זיי געווען ערליך, און ווען דער צדיק איז נפטר געווארן זענען זיי צוריק געפאלן, ביז זיי האבן באקומען נאך א צדיק וואס זאל זיי ווייזן די וועג צום אייבערשטן.


אויך לערנט מען זיך ארויס פון נ"ך, אז ווען עס איז געווען שלעכט פאר די אידן, א רשע איז געקומען און געוואלט שלעכטס טון, האבן זיי געשריגן צום אייבערשטער און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. נאכדעם האבן זיי ווייטער פארגעסן פונעם אייבערשטער האט זיי דער אייבערשטער נאכאמאל געשיקט א רשע זאל קומען מלחמה האלטן מיט זיי, און ווען זיי האבן ווידער איינגעזען אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן האבן זיי נאכאמאל תשובה געטון; פון דעם קען זיך יעדער מענטש לערנען וואס ער האט צו טון ווען ער האט חס ושלום א צרה.


עס איז באוואוסט דעם גאנצן סיפור ווי אזוי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה איז נסתלק געווארן. עס איז געווען אין אן ערב שבת, עשרה בטבת. אפאר שעה פאר זיין הסתלקות האט ער געבעטן ר' נחמן - ר' עוזר'ס זון - ער זאל אים ברענגען 'כל טוב', און ר' נחמן האט נישט פארשטאנען וואס ר' נתן מיינט, וואס איז דאס 'כל טוב'? האט אים ר' נתן געזאגט ער זאל אים ברענגן א נ"ך - דאס איז געווען ביי ר' נתן 'כל טוב'; דער הייליגער רבי נתן האט דאס גערופן 'כל טוב'. ווייל אז מען מאכט זיך א שיעור און נ"ך - יעדן טאג א קאפיטל אדער צוויי, האט מען אלעס גוטס. מען זעט וואס מען האט צו טון ווען מען האט א צרה, אז עס איז דא איין אדרעס וואו זיך צו ווענדן: נאר צום אייבערשטן.


מיר פירן זיך צו ליינען מגילת איכה ביינאכט און אויך אינדערפרי. מוצאי שבת גייען מיר ליינען מגילת איכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סז) אז ווען מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש וויינט מען נישט אז אמאל איז געווען א חורבן, נאר מען וויינט אויפן היינטיגן חורבן, אז מיר זענען חרוב ונחרב, מיר זענען ווייט פונעם אייבערשטן און מיר זענען אזוי שטארק אריין געטון אין אונזערע תאוות רחמנא לצלן.


דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן רסח): "ווען דו זאגסט תיקון חצות זאלסטו זיך אינזינען האבן; "אֵיכָה נֶחֱרַב הָאוּלָם", רבונו של עולם איך בין אינגאנצן חרוב ונחרב, "עַד אָן יִצְעַק בַּשְּׁבִי", ווי לאנג נאך וועל זיין אין געפענגעניש ביים יצר הרע וכו'?!"


מיר קלאגן אויף אונזער חורבן אז מיר זענען אזוי פארזינקען אין אונזערע שלעכטע מעשים; מיר וויינען בשעת'ן זאגן די קינות אויף אונזערע אויגן וואס מיר היטן נישט (איכה א, טז): "עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה", אויף דעם וויין איך רבונו של עולם, "עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם", אויף מיינע אויגן וואס איך היט נישט; איך קוק עבירות, וואס דאס איז גורם: "כִּי רָחַק מִמֶּנִּי מְנַחֵם מֵשִׁיב נַפְשִׁי", אז איך זאל זיך דערווייטערן פונם צדיק וואס ער איז "מֵשִׁיב נַפְשִׁי", און איך פאל אראפ אין פגם הברית. "הָיוּ בָנַי שׁוֹמֵמִים", איך זינדיג בהוצאת זרע לבטלה, "כִּי גָבַר אוֹיֵב", ווייל דער יצר הרע שטארקט זיך אויף מיר; אלעס צוליב עֵינִי עֵינִי, אז מיינע אויגן זענען נישט ריין.


אויף דעם דארפן מיר גיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן, אז מיר זאלן היטן אונזערע אויגן, ווייל אלע צרות וואס קומען אויפן מענטש איז נאר ווייל מען היט זיך נישט די אויגן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען דער חזון איש זכרונו לברכה איז געווען א אינגערמאן און ער פלעגט גיין אין שול פלעגט ער זאגן בדרך צחות: "לאמיר שפילן "בלינדע קאטשקע"; בינד מיר ארום מיינע אויגן און פירט מיר צום שול"; מען האט נישט געוואוסט פארוואס ער מאכט דאס, זיינע ארומיגע האבן געמיינט אז ער וויל זיך אונטער האלטן, אבער זיין כוונה איז געווען נאר זיך צו היטן זיינע אויגן. יעדע מאל האט ער געהאט אן אנדערע וועג ווי אזוי זיך צו היטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "אָמְרוּ עָלָיו עַל מַלְאַך הַמָּוֶת, שֶׁכֻּלּוֹ מָלֵּא עֵינַיִם", דער מלאך המוות איז אנגעפילט מיט אויגן, ווען ער קומט צום מענטש ווערט דער מענטש זייער דערשראקן און אזוי נעמט ער אוועק דעם מענטש פון דער וועלט; וואס זענען די אלע אויגן וואס דער מלאך המות האט אויף זיך? ברענגט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו בשם זיין רבי'ן, דער גאון וקדוש ר' נתן אדלער זכר צדיק לברכה (חתם סופר בראשית, הקדמה) אז דאס זענען אלע הסתכלות אסורות, אלע שלעכטע קוקן וואס דער מענטש האט געקוקט, די אלע אויגן נעמט דער מלאך המות און ער קומט צום מענטש און ער הרג'ט אים, ווייל עס איז נישט דא נאך אזא זאך וואס זאל הרג'נען דעם מענטש ווי נישט היטן די אויגן. מיט דעם טייטשט ער וואס מיר בעטן דעם אייבערשטן פרייטאג צו נאכטס: "וִישֵׁזְבִינָנָא מֵעֵינָא בִּישָׁא וּמֵחַרְבָּא דְמַלְאַךְ הַמָּוֶת וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵיהִנֹּם", אז מיר וועלן נישט האבן קיין עינא בישא, מיר וועלן היטן די אויגן וועלן מיר נישט מורא האבן פונעם שווערד פונעם מלאך המות און מיר וועלן נישט האבן אנקומען אין גיהנום; זעט מען אז אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן.


בנוגע לערנען שיעורים כסדרן תשעה באב; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן, און מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות בכלליות און בפרטיות - יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות, מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן א גאנצע טאג, דעמאלט וועט זיין כְּאִילוּ נִבְנֶה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו".


א גוט שבת.