מכתב יומי

ט סיון תשע"ח

May 23 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדער איינער מוטשעט זיך בזה העולם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישט דא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער רבי זאגט דארט א מורא'דיגע זאך, אז מען דארף נעמען דעם 'עמל' וואס עס שטייט 'אָדָם לְעָמָל יוּלָד' און עס אריין לייגן אין די תורה 'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'; אז מען לייגט אריין די פלאג אין גוטע זאכן בלייבט עפעס איבער פונעם מענטש, אבער אז מען פלאגט זיך פאר סתם זאכן ווערט מען פשוט פארשווארצט.


נאך זאגט דער רבי (שם): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם א משניות, א גמרא און כאפ אריין פרקים משניות און דפים גמרא, נאר דאס וועט איבער בלייבן פון אונז.


איך האף אז דו ליינסט דעם בריוו וואס איך שרייב דיר יעדן טאג; עס קומט מיר נישט אן גרינג, איך בין זייער פארנומען, אבער איך שטרענג מיר אן דיר צו שרייבן ווייל איך וויל דיר מחזק זיין.


איין זאך קען איך דיר זאגן: "ווען איך זאל האבן נאך די חתונה איינער וואס זאל מיר מדריך זיין וואס א ווייב איז און וואס קינדער זענען, ווי אזוי צו רעדן צו א ווייב, צו א שווער און שוויגער וואלט איך זיך מחי' געווען און איך וואלט אים נישט אפגעלאזט, זאל זיין וואס זאל זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.