מכתב יומי

ח סיון תשע"ח

May 22 2018

  בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן; עס איז אן אנדערער יום טוב ווען מען איז מקורב צום צדיק, מען שפירט א טעם אינעם יום טוב.


אין ישיבה איז געווען זייער שיין יום טוב; מען האט געשפירט ווי דער רבי איז מיט אונז, ווי ר' נתן און מוהרא"ש זענען דא. אלע זענען געווען זייער פרייליך; ווייל אז מען לערנט א גאנץ יאר אויפן סדר דרך הלימוד האט מען א שייכות מיט די הייליגע תורה. די טעג זענען אנגעפילט מיט תורה, יעדן טאג איז אויסגענוצט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


מיר גייען שוין אריין אין די זוממער טעג, דארפן מיר האבן רחמי שמים מיר זאלן נישט אראפפאלן אין שמירת עיניים, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען אלעס.


צדיקים האבן געטייטשט דעם פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", א מענטש פרעגט: "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה?" ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו קדושה, צו זיין הייליג? ענטפערט מען אים: "הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ" - אז דו וועסט זיך היטן די אויגן וועסטו זוכה זיין צו אלע קדושות; אז מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה צו זיין ריין פון עבירות, אלעס גייט אנדערש ווען מען היט זיך די אויגן.


ווי אזוי קענען מיר זיך קריגן מיטן יצר הרע? נאר מיט די הייליגע תורה! בפרט גמרא, וואס דאס פארברענט דעם יצר הרע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; מאך זיך א שיעור אין גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך קריגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע שטעלט אונז אונטער און וויל אונז אראפ ווארפן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט: איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


די שטאט האט אונז פארמאכט א חלק פונעם סקול, זיי מתפלל פאר מיר אז מיר זאלן טרעפן א פלאץ פאר די מיידלעך.


זיי געזונט און שטארק.