מכתב יומי

כח אדר תשע"ח

March 15 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): אלע קרענק קומען פון מרה שחורה; נאך זאגט דער רבי (שם): אויך די דאקטורים זענען דאס מודה, זיי זאגן אז אלע מחלות וחלאים רעים קומען פון נישט זיין פרייליך. ווען א מענטש איז פרייליך ווערט ער געזונט בגשמיות וברוחניות. שמחה היילט אויס א מענטש און שמחה נעמט ארויס דעם מענטש פון זיינע צרות, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ".


דערפאר דארפן מיר פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, בפרט יעצט אין די ערב פסח טעג ווען מען רוימט שוין ארויס דעם חמץ; אין אלע שטובער איז מען עוסק ארויס צו ווארפן דעם חמץ און אריין ברענגען דעם הייליגן יום טוב פסח, דארף מען זייער אכטונג געבן אז די עצבות און מרה שחורה זאל נישט אנקומען צום מענטש.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר ווייסן פון רבי'ן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, וואס ווער עס נעמט אן די מתנה הייבט אן לעבן א חיים טובים, דאס איז דער מתנה פון התבודדות; ווען א מענטש געוואוינט זיך צו זיך אויסצושמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן, ער שמועסט מיטן אייבערשטן אויף זיין שפראך און ער זאגט פארן אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים, ער בעט זיך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך וויל זיין ערליך, איך וויל האבן ריינע אויגן, איך וויל זיך נישט אויפרעגן, איך וויל זיין שטענדיג פרייליך"; דאס מאכט פרייליך, ווייל ווען דער מענטש נעמט אריין אין זיך די ריינע אמונה איז אלעס גרינגער.


איך האף אז דו שטארקסט זיך און דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס גמרא טוט פארן מענטש, עס געבט לעבן פארן מענטש. א מענטש וואס לערנט יעדן טאג אביסל חומש, אפאר פרקים משניות און א דף גמרא - דער איז אן עושר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", ווער איז אן ארעמאן? איינער וואס לערנט נישט קיין מקרא, ער לערנט נישט קיין משניות און נישט קיין גמרא.


גיי אביסל הפצה יעדן טאג; קוק נישט אויף גארנישט און מאך זיך נישט צו טון פון די פאר מענטשן וואס פארשעמען וכו', ווייל אז מען קען צוריק ברענגען אפילו נאר איין איד צום אייבערשטן איז אלעס כדאי. די בזיונות וואס מענטשן זענען מבזה - דאס איז פאר אונז נאר טובות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "עִיקָר הַתְּשׁוּבָה יִשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתּוֹק", דער עיקר תשובה איז אז מען ענטפערט נישט ווען מען גייט אריבער א בזיון.


ווען א מענטש גייט הפצה ווייזט ער אז ער האט ליב דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וואס איז דער סימן אז מען האט ליב דעם טאטן [דעם אייבערשטן]? אז מען האט ליב די קינדער [אידישע קינדער]"; אז מען גייט הפצה ווייזט מען אז מען האט ליב א צווייטן איד, מען וויל אז נאך א איד זאל לעבן א חיים טובים און אז מען האט ליב א צווייטן איד ווייזט מען מיט דעם אז מען האט ליב דעם אייבערשטן, און אז מען האט ליב דעם אייבערשטן איז דאך גוט, דעמאלט דארף מען שוין גארנישט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים עג, כח): "וַאֲנִי קִרֲבַת אֱלֹהִים לִי טוֹב", מיר איז גוט אז איך בין באהאפטן צום הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.