מכתב יומי

כט אייר תשע"ח

May 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש סיון איז זייער מסוגל צו מתפלל זיין אויף גוטע קינדער; עס איז מקובל ביי כלל ישראל צו זאגן די תפילה פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו אויף ערליכע קינדער.


אויב מען וויל זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך מתפלל זיין און אסאך טרערן פארגיסן אויף דעם.


דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווי אזוי האב איך זוכה געווען צו גוטע קינדער? ווייל יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך געוויינט צום אייבערשטן אויף גוטע קינדער; איך האב אנגעפילט א כוס מיט מיינע טרערן און געבעטן פאר גוטע קינדער".


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן א גרויסער צדיק, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער; זעקס זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, "מַה הָיָה עוֹשֶׂה? בְּכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מַכְנִיסָן לְבֵית פְּנִימִי, וְיָשַׁב וּמְשַׁמְּרָן בְּבֵית הַחִיצוֹן, וּמִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר כְּדֵי שֶׁלֹּא יְהֵא אֶחָד מֵהֶן בָּא לִידֵי עֲבֵרָה וְלִידֵי דָּבָר מְכֹעָר", ער פלעגט אכטונג געבן אויף זיי, ער האט זיי געהאלטן אין שטוב זיי זאלן זיך נישט דרייען מיט שלעכטע חברים און ער פלעגט זיין אינדרויסן און וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן; עס איז נישט אריבער א פאר יאר – פארציילט אליהו הנביא – ביז דער כהן איז ארויף געגאנגען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט עזרא הסופר און ער האט זוכה געווען צו זען אלע זיינע קינדער משמש זיין אין בית המקדש, אלע זענען זיי געווארן כהנים גדולים; אויף אים איז געזאגט געווארן דער פסוק וואס שטייט (תהלים לז, ג): "בְּטַח בַּה' וַעֲשֵׂה טוֹב וגו'; זעט מען פון דעם אז אויב וויל מען האבן נחת פון די קינדער דארף מען אסאך מתפלל זיין אויף דעם, ביז מען איז זוכה דערצו.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער.


איך שיק דיר דא דעם תפילה פון הייליגן של"ה הקדוש:


"אַתָּה הוּא יְיָ אֱלֹהֵינוּ עַד שֶׁלֹּא בָרָאתָ הָעוֹלָם, וְאַתָּה הוּא אֱלֹהֵינוּ מִשֶּׁבָּרָאתָ הָעוֹלָם, וּמֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם אַתָּה אֵל, וּבָרָאתָ עוֹלָמְךָ בְּגִין לְאִשְתְּמוֹדַע אֱלָהוּתָךְ בְּאֶמְצָעוּת תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה, כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינּו זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה, בְּרֵאשִׁית – בִּשְׁבִיל תּוֹרָה וּבִשְׁבִיל יִשְׂרָאֵל, כִּי הֵם עַמְּךָ וְנַחֲלָתְךָ אֲשֶׁר בָּחַרְתָּ בָּהֶם מִכָּל הָאֻמּוֹת, וְנָתַתָּ לָהֶם תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה, וְקֵרַבְתָּם לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל. וְעַל קִיּוּם הָעוֹלָם וְעַל קִיּוּם הַתּוֹרָה בָּאוּ לָנוּ מִמְּךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ שְׁנֵי צִוּוּיִים: כָּתַבְתָּ בְּתוֹרָתְךָ פְּרוּ וּרְבוּ, וְכָתַבְתָּ בְּתוֹרָתְךָ וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם, וְהַכַּוָּנָה בִשְׁתֵּיהֶן אֶחָת, כִּי לֹא לְתֹהוּ בָרָאתָ כִּי אִם לָשֶׁבֶת, וְלִכְבוֹדְךָ בָּרָאתָ יָצַרְתָּ אַף עָשִׂיתָ, כְּדֵי שֶׁנִּהְיֶה אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵינוּ וְצֶאֱצָאֵי כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל יוֹדְעֵי שְׁמֶךָ וְלוֹמְדֵי תוֹרָתֶךָ.


וּבְכֵן אָבוֹא אֵלֶיךָ יְיָ מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים, וְאַפִּיל תְּחִנָּתִי, וְעֵינַי לְךָ תְּלוּיוֹת עַד שֶׁתְּחָנֵּנִי וְתִשְׁמַע תְּפִלָּתִי לְהַזְמִין לִי בָּנִים וּבָנוֹת, וְגַם הֵם יִפְרוּ וְיִרְבּוּ הֵם וּבְנֵיהֶם וּבְנֵי בְנֵיהֶם עַד סוֹף כָּל הַדּוֹרוֹת לְתַכְלִית שֶּׁהֵם וַאֲנִי כֻּלָּנוּ יַעַסְקוּ בְּתוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם אֶת כָּל דִּבְרֵי תַלְמוּד תּוֹרָתְךָ בְּאַהֲבָה, וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.


אָבִינוּ אָב הָרַחֲמָן, תֵּן לְכֻלָּנוּ חַיִּים אֲרוּכִים וּבְרוּכִים, מִי כָמוֹךָ אַב הָרַחֲמִים זוֹכֵר יְצוּרָיו לְחַיִּים בְּרַחֲמִים, זָכְרֵנוּ לְחַיִּים נִצְחִיִּים, כְּמוֹ שֶׁהִתְפַּלֵּל אַבְרָהָם אָבִינוּ לוּ יִחְיֶה לְפָנֶיךָ, וּפֵרְשׁוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה, בְּיִרְאָתֶךָ. כִּי עַל כֵּן בָּאתִי לְבַקֵּשׁ וּלְחַנֵּן מִלְּפָנֶיךָ שֶׁיְּהֵא זַרְעִי וְזֶרַע זַרְעִי עַד עוֹלָם זֶרַע כָּשֵׁר, וְאַל יִמָּצֵא בִי וּבְזַרְעִי וּבְזֶרַע זַרְעִי עַד עוֹלָם שׁוּם פְּסוּל וָשֶׁמֶץ, אַךְ שָׁלוֹם וֶאֱמֶת וְטוֹב וְיָשָׁר בְּעֵינֵי אֱלֹהִים וּבְעֵינֵי אָדָם, וְיִהְיוּ בַּעֲלֵי תוֹרָה, מָארֵי מִקְרָא, מָארֵי מִשְׁנָה, מָארֵי תַלְמוּד, מָארֵי רָזָא, מָארֵי מִצְוָה, מָארֵי גוֹמְלֵי חֲסָדִים, מָארֵי מִדּוֹת תְּרוּמִיּוֹת, וְיַעַבְדּוּךָ בְּאַהֲבָה וּבְיִרְאָה פְּנִימִית, לֹא יִרְאָה חִיצוֹנִית, וְתֵן לְכָל גְּוִיָּה וּגְוִיָּה מֵהֶם דֵּי מַחְסוֹרָה בְּכָבוֹד, וְתֵן לָהֶם בְּרִיאוּת וְכָבוֹד וָכֹחַ, וְתֵן לָהֶם קוֹמָה וְיֹפִי וְחֵן וָחֶסֶד, וְיִהְיֶה אַהֲבָה וְאַחֲוָה וְשָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם, וְתַזְמִין לָהֶם זִוּוּגִים הֲגוּנִים מִזֶּרַע תַּלְמִידֵי חֲכָמִים מִזֶּרַע צַדִּיקִים, וְגַם זִוּוּגָם יִהְיוּ כְּמוֹתָם כְּכָל אֲשֶׁר הִתְפַּלַּלְתִּי עֲלֵיהֶם, כִּי זִכָּרוֹן אֶחָד עוֹלֶה לְכָאן וּלְכָאן.


אַתָּה יְיָ יוֹדֵעַ כָּל תַּעֲלוּמוֹת, וּלְפָנֶיךָ נִגְלוּ מַצְפּוּנֵי לִבִּי, כִּי כַוָּנָתִי בְּכָל אֵלֶּה לְמַעַן שִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ וּלְמַעַן תּוֹרָתְךָ הַקְּדוֹשָׁה, עַל כֵּן עֲנֵנִי יְיָ עֲנֵנִי בַּעֲבוֹר הָאָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב, וּבִגְלָלָם תּוֹשִׁיעַ בָּנִים לִהְיוֹת הָעֲנָפִים דּוֹמִים לְשָׁרְשָׁם, וּבַעֲבוּר דָוִד עַבְדֶּךָ רֶגֶל רְבִיעִי בַּמֶּרְכָּבָה, הַמְשׁוֹרֵר בְּרוּחַ קָדְשֶׁךָ.


שִׁיר הַמַּעֲלוֹת, אַשְׁרֵי כָּל יְרֵא יְיָ הַהֹלֵךְ בִּדְרָכָיו: יְגִיעַ כַּפֶּיךָ כִּי תֹאכֵל אַשְׁרֶיךָ וְטוֹב לָךְ: אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ: הִנֵּה כִּי כֵן יְבֹרַךְ גָּבֶר יְרֵא יְיָ: יְבָרֶכְךָ יְיָ מִצִּיּוֹן, וּרְאֵה בְּטוּב יְרוּשָלָיִם, כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ: וּרְאֵה בָנִים לְבָנֶיךָ, שָׁלוֹם עַל יִשְׂרָאֵל.


אָנָּא יְיָ שוֹמֵעַ תְּפִלָּה, יְקֻיַּם בָּנוּ הַפָּסוּק, וַאֲנִי זֹאת בְּרִיתִי אוֹתָם אָמַר יְיָ, רוּחִי אֲשֶׁר עָלֶיךָ וּדְבָרַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בְּפִיך, לֹא יָמוּשׁוּ מִפִּיךָ וּמִפִּי זַרְעֲךָ וּמִפִּי זֶרַע זַרְעֲךָ אָמַר יְיָ מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם: יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרת ... תחי'


היינט איז דער יארצייט פון שמואל הנביא; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:) אז שמואל הנביא איז געווען אזוי גרויס ווי משה רבינו צוזאמען מיט אהרן הכהן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים צט, ו): "מֹשֶׁה וְאַהֲרֹן בְּכֹהֲנָיו וּשְׁמוּאֵל בְּקֹרְאֵי שְׁמוֹ"; נאר ווייל ער האט געהאט א הייליגע טאטע ווי אלקנה וואס פלעגט ארום גיין מחזק זיין אידישע נשמות זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אזא מאמע ווי חנה וואס האט געגאסן טייכן טרערן פארן אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו האבן אזא גרויסע קינד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "כַּמָּה הִלְכָתָא גִּבָּרָתָא אִיכָּא לְמִשְׁמַע מֵהָנֵי קְרָאֵי דְּחַנָּה", זייער אסאך הלכות אין הלכות תפילה לערנט מען ארויס פון חנה – די מאמע פון שמואל הנביא; זי האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן ביז זי האט זוכה געווען צו אזא הייליג קינד.


עס איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז ערב ראש חודש סיון איז א טאג וואס איז מסוגל מתפלל צו זיין אויף גוטע קינדער, אזוי אויך זאגט מען די תפילה פונעם של"ה הקדוש; די תפילה איז גוט צו זאגן יעדן טאג, ווייל ווי מער תפילות מען לייגט אויף גוטע קינדער איז מען זוכה צו זען שפעטער שיינע פירות. אזוי ווי בלומען דארף מען האלטן אין איין באוואסערן, און אויב מען גיסט נישט קיין וואסער ווערט דאס פארוועלקט; נאך מער דארף מען בעטן דעם אייבערשטן יעדע טאג אויף גוטע קינדער. תפילה איז אזוי ווי וואסער, ווי מער מען איז מתפלל פאר די קינדער, אלץ מער באוואסערט מען זיי אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


אויך דארף מען זייער אכטונג געבן צו געבן אסאך ווארימקייט פאר קינדער; קינדער וואס האבן א ווארימע שטוב וועלן נישט אוועק לויפן מיט שלעכטע חברים און די קינדער וועלן אויך אויפשטעלן א שיינע ווארימע שטוב.


מען דארף זיך כסדר אינטערעסירן וואס די קינדער טוען און מען דארף אויסהערן א קינד; זייער אסאך מאל ווערן קינדער פארקלאפט ווען זיי זעען אז עס איז נישט דא קיין אוזן קשבת, זיי זעען אז מען מאכט אוועק וואס זיי זאגן. ווי מער מען הערט זיי אויס וואקסן זיי אויף מער געזונט; דאס איז די ארבעט פון א אידישע מאמע, צו געבן פאר די קינדער ווארימקייט.


איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די שיעור וואס מיר האבן געגעבן פאריגע וואך מיטוואך נאכט; הלואי זאלן אלע פרויען וויסן ווי אזוי מען קען פועל'ן אלעס אין שטוב דורכדעם וואס מען רעדט שיין און אין די ריכטיגע צייט.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א) "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת - בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; א פרוי מיט אביסל שכל קען זיך מאכן א גן עדן פון איר לעבן, אז זי ווייסט ווי אזוי צו רעדן צו איר מאן; זי רייסט אים נישט אראפ, זי זוכט אים נישט צו קריטיקירן אויף יעדע זאך, און זיכער סטראשעט זי אים נישט מיט וכו'.


א קלוגע פרוי ווארט נישט אז איר מאן זאל איר פרייליך מאכן, אדרבה, זי מאכט פרייליך איר מאן; זי ווארט נישט אויף אים אז ער זאל אנהייבן געבן גוטע ווערטער וכו', נאר זי בעט זיך איבער מיט אים וכו' און אזוי ווערט די גאנצע שטוב פרייליך.


בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך אז איר זאלט האבן שלום בית און ערליכע קינדער; בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו הייליגע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט. חנה האט זוכה געווען צו א קינד וואס איז געווען אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן נאר ווייל זי האט געבעטן דעם אייבערשטן (שמואל-א א, יא): "וְנָתַתָּה לַאֲמָתְךָ זֶרַע אֲנָשִׁים", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות לא.): זי האט געבעטן אז זי וויל א קינד וואס וועט זיין אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן; געווענליך איינער וואס האט נישט קיין קינדער איז צופרידן מיט וואס מען געבט אים, אבער חנה איז געווען א גרויסע צדיקת, זי האט נאר געוואלט א קינד א צדיק און זי האט זוכה געווען צו דעם דורך אירע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.