מכתב יומי

ג סיון תשע"ח

May 17 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום הייליגן יום טוב שבועות - זמן מתן תורתינו; יעצט איז א צייט וואס מיר דארפן מקבל זיין די תורה פון דאסניי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", ווען מען לערנט תורה דארף דאס זיין מיט א התחדשות; א נייע תורה.


ווען מען גייט מקבל זיין די תורה דארף מען געדענקען וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין; עס איז נישט גוט צו זיין אן אלטער חסיד, אן אלטער צדיק, אלט איז נישט גוט"; מען דארף זיך כסדר באנייען, דאס איז געווען ביים הייליגן רבי'ן א יסוד היסודות.


שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן; בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן איז געווען דריי זמנים וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', נאכן רבינ'ס הסתלקות - שרייבט ר' נתן - קומט מען ווייטער צום רבי'ן נאר אויף ראש השנה. אויף שבת חנוכה און יום טוב שבועות פארט מען נישט צום רבי'ן, ווייל חנוכה און שבועות דארף דער טאטע זיין אין שטוב.


מען פירט זיך צו דאווענען צווישן תלמידים פון הייליגן רבי'ן, ווייל וואו צען מענטשן פון אנשי שלומינו קומען זיך צוזאמען - דארט איז דער רבי. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.