בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויב וויל מען מצליח זיין אין לעבן טאר מען נישט קוקן אויף צוריק
הצלחה, שכחה, עבר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט נישט גוט פארשטאנען דעם שיעור; מיר האבן געזאגט פארקערט, מיר האבן מסביר געווען אז מוהרא"ש זאגט פארוואס איז דער לייב דער קעניג אויף די חיות און נישט דער פוקס? דער פוקס איז דאך זייער קלוג און געריבן, ער איז קלוגער פונעם לייב! נאר וויבאלד דער פוקס האט א נאטור פון שטענדיג צוריק קוקן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה כב, א): "שּׁוּעָל זֶה מְהַלֵּךְ וּמַבִּיט לַאֲחוֹרָיו", ער קוקט שטענדיג אויף צוריק - אזא איינער קען נישט זיין קיין קעניג, ווידער דער לייב האט דער אייבערשטער באשאפן מיט א נאטור אז ער דרייט זיך נישט אויס אויף צוריק, נאר שטענדיג שטייט ער מיט'ן פנים אויף פאראויס, אזא איינער קען זיין א קעניג.


מוהרא"ש זאגט דאס פאר אונז, אז אויב מיר ווילן מצליח זיין אין לעבן זאלן מיר קוקן וואס גייט זיין און נישט קוקן אויף צוריק. ווייל ווען מען קוקט און מען טראכט וואס איז געווען קען מען נישט מצליח זיין - נישט ברוחניות און נישט בגשמיות; א מענטש וואס וויל מצליח זיין, ער וויל זיין ווי א קעניג - טאר זיך נישט אויסדרייען אויף צוריק, זיך אויפעסן מיט'ן עבר. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


מען דארף געדענקען דעם מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עַדַיִן, וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן, דַאֲגָה מִנַּיִן", וואס איז געווען איז געווען - איז דאך נישט ווערד זיך צו זארגן אויף וואס איז געווען; דער עיקר דארף מען קוקן אויף פאראויס, זוכן צו בויען א שיינע לעבן מיט דיין טייערע ווייב און ליכטיגע קינדער.


אויף דיין צווייטע פראגע וועל איך דיר מסביר זיין פנים אל פנים.