בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מען האט גוטע מידות, איז דאס א סימן אז מען איז ערליך און הייליג
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', מחנה בית פיגא ברסלב


איך הער אויף אייך זייער גוטע גריסן אז איר האט אויסטערלישע גוטע מידות, איר באדאנקט זיך יעדן איינציגסטן טאג פאר די וואס מאכן די עסן און פאר די וואס טיילן אויס די עסן וכו' וכו'.


איר ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש זאגט: "אם כמדתה, כשרה", אויב מען האט גוטע מידות איז דאס א סימן אז מען איז ערליך און הייליג; דער עיקר איז גוטע מידות, בפרט די שיינע מידה פון הכרת הטוב, די וואס באדאנקען זיך פאר די וואס טוען און העלפן - די ווייזן מיט דעם אז זיי זענען גוטע מענטשן, נאר א גוטער מענטש האט הכרת הטוב.


חבר'ט זיך מיט די מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג, דרייט זיך מיט מיידלעך וואס פארגינען אנדערע און מאכן נישט חוזק פון אנדערע. ווייזט דעם בריוו פאר אייערע חבר'טעס, זאלן זיי זיך אפלערנען פון אייך און אויך אנהויבן לעבן מיט די גוטע מידה פון הכרת הטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.