בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו וועסט אנטון תפילין וועסטו האבן א ברכה אין וואס דו טוסט
ישועות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז דו ביסט מצליח, איך טראכט אסאך פון דיר.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אנטון יעדן טאג די הייליגע תפילין. די הייליגע חכמים זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס לייגט תפילין לעבט א לאנגע גוטע לעבן; אז דו וועסט אנטון תפילין וועסטו האבן א ברכה אין וואס דו טוסט.


שרייב מיר צוריק וועסטו מיר מחי' זיין.


איך געדענק די יארן ווען דו האסט געלערנט אין ישיבה.