בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלע קאמפיוטערס אינעם בית הדפוס זאלן זיין געפילטערט
הדפסה, קאמפיוטער, פילטער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אודאי דארפסטו זיכער מאכן אז ער האט א פילטער; ווער עס קומט אריין אינעם בנין פון הדפסה ארבעטן מיט א קאמפיוטער - איז אונטער דיין אחריות.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אז אלע וואס ארבעטן אינעם בית הדפוס מיט קאמפיוטערס זאל דאס זיין געפילטערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.