בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פאר די אפעראציע זאל מען געבן א פדיון נפש און בעטן דעם אייבערשטן
רפואה, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק, אלעס זאל אריבערגיין בשלום.


פאר מען גייט מאכן די אפעראציע זאלט איר געבן א פדיון נפש און בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


איך וועל אויך מתפלל זיין אלעס זאל אריבערגיין בשלום.