בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א באזוך אין קרית יואל און אין קרית ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, מדות טובות, טעלעפאן, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, שמירת עינים, פירושים, שובבי"ם, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך נישט געווען אין ישיבה, איך בין געפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך אברהם שבתי נרו יאיר, די ברית איז געווען אין בית המדרש היכל הקודש - בית נתנאל. מיר האבן בטעות אריינגעלייגט די נאמען פון די גאס, אבער עס איז דא נאך א גאס וואס האט די נאמען אין א פארקערטע פלאץ, מיר זענען אנגעקומען שפעטער מיט א שעה. מיר האבן געדאווענט, און נאכן ברית ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון די גרויסקייט פון א ברית מילה, און אויך די גרויסקייט פון די טעג פון שובבי"ם וואס מיר אלע זענען עוסק זיך צו מל'ן, "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ" (דברים ל, ו); ווי אזוי קענען מיר אויפשטאפן אונזער הארץ? דורך תורה ותפילה, דורך לערנען יעדן טאג אביסל חומש איינגעטיילט אויף די וואך, און אויך משניות און גמרא; דאס איז מטהר דעם מענטש.


היינט איז מיר נישט גרינג צו פארן צו אלע שמחות, די קהילה וואקסט קיין עין הרע, יעדן טאג איז דא שמחות, אבער הכרת הטוב האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דערפאר בין איך געפארן, ווייל דער אינגערמאן, דער בעל הברית - האט מיר געהאלפן אין די שווערע צייטן ביים עפענען די ישיבה, ער האט געבויט די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אויך אלע יארן די קעמפס פאר די ישיבה, און בפרט יעצט מיטן בויען די שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי, ער העלפט מיר זייער שטארק; איז אלס הכרת הטוב בין איך געגאנגען צו זיין שמחה.


אויך בין איך געגאנגען צום חדר אין קרית יואל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי מקנא די קינדער, זיי וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס זיי האבן און וואס זיי שפארן איין. זיצט דארט מיט זיי צוויי דריי מלמדים, גאלדענע אינגעלייט, הערצער פון פוטער; ווי זיי רעדן צו די יונגע שעפעלעך, ווי זיי האבן סבלנות צו זיי - דאס קען מען נישט מסביר זיין.


איינער זאגט מיר: "איך שיק נישט אין חדר דא אין קרית יואל, עס איז נישט קיין חדר, עס האט נישט קיין פנים פון א חדר"; וואס זאל איך אים זאגן? וואס איז א חדר? א שיינע בנין? א גרויסע כתה? א חדר איז א מלמד מיט א ווייכע הארץ, מיט געדולד - זיצט מיט די קינדער און לייגט אריין אין זיי יראת שמים, לערנט מיט זיי תורה, דאס איז די חדר; אז דו ווילסט דאס אנטון מיט א שיינע בנין - קענסטו דאס טון, אבער נישט דאס איז קובע א חדר; וואס האט מען פון א שיינע אנטון ווען אינעווייניג איז פארפוילט השם ישמרינו...


איך געדענק יארן צוריק, מיין טאכטער איז געווען א קליינע מיידל, פלעגט זי אהיים קומען זאגן אז די שכנים שפעטן פון בית פיגא, מען לאכט פון איר אז זי איז א נעבעך, אז זי האט אין איר קלאס נאר זיבן מיידלעך. איך פלעג איר זאגן: "ווען מען פרעגט דיך וויפיל קינדער לערנען ביי דיר אין שולע, זאג 'איין מיידל, נאר איך מיט מיין לערערין'"; ווייל וואס איז א גוטע שולע? איז דאס געוואנדן וויפיל קינדער עס זענען דא? איז דאס געוואנדן אויב עס זעט אויס מעכטיג? א גוטע שולע איז א לערערין וואס פארשטייט דאס קינד, א לערערין וואס קלאפט נישט אראפ דאס קינד, וואס מאכט נישט דאס קינד פאר א מענטל-קעיס.


פון דארט בין איך געגאנגען צו בית פיגא אין מאנרא; אזוי געשמאק צו זען ווי עס זענען דא ווייבלעך פון אנשי שלומינו וואס לערנען מיט הארץ מיט די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק אין זיין א איד, א געשמאק אין זיך אנטון איידל.


פון דארט בין איך געפארן אין שטעטל, איך בין געגאנגען באזוכן אונזער בית הדפוס. דארט האט מען מיר געוויזן דעם נייעם קונטרס שפתי תפתח, א פירוש אויף לקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק די צווייטע תורה. איך האב זיך אזוי געפריידט דאס צו זען, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לקוטי מוהר"ן און קוקן אן דעם ספר ווי א מאמר סתום, וועלן זיי קענען אביסל טועם זיין פון הייליגן רבינ'ס עצות און ווערן נאנט צום אייבערשטן.


איך בין פון דארט געגאנגען צום חדר דאווענען מנחה מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער פון מוותר זיין. איך האב זיי דערציילט וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה:): "מעשה ברבי אליעזר שירד לפני התיבה ואמר כ"ד ברכות ולא נענה", עס איז געווען אמאל א טרוקעניש, מען האט געמאכט א תענית און רבי אליעזר איז געווען דער שליח ציבור, ער האט געזאגט די פיר און צוואנציג ברכות וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן ביי א יום תענית, און עס איז נאכאלץ נישט געקומען קיין רעגן, "ירד רבי עקיבא אחריו ואמר: 'אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, "אבינו מלכנו למענך רחם עלינו', וירדו גשמים", האט רבי עקיבא מתפלל געווען און געזאגט: "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכנו למענך רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעהויבן רעגענען. האט מען אנגעהויבן רעדן שלעכט'ס אויף רבי אליעזר, ווייל מען האט געזען אז ווען רבי עקיבא האט מתפלל געווען איז גלייך געקומען רעגן, און ווען ער האט געבעטן איז נישט געקומען רעגן. איז ארויס א 'בת קול' פון הימל און אויסגערופן: 'נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער איז מעביר על מדותיו', און ווער עס גיבט נאך און ער קריגט זיך נישט, אפילו ווען ער איז גערעכט - העלפט אים דער אייבערשטער און מען געבט אים נאך וואס ער דארף.


אויך די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שם) אז בזכות א פרוי וואס האט געטון חסד מיט אירע שכנים - איז געראטעוועט געווארן א גאנצע שטאט פון א שריפה; זעט מען אז אויב מען איז מוותר איינער דעם צווייטן - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


איך בין אויך געווען אין בית פיגא און אויך אין כולל.


איך האב זיך זייער אהיים געיאגט צו די חתונה אין ישיבה; היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, א תלמיד הישיבה און א תלמידה פון בית פיגא.


איך וועל דיר נאך שרייבן. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט יעצט שובבי"ם צו מתקן זיין אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, יעצט איז א צייט פון תיקון הברית. דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהויבן רייניגן דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, דאס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט בעצבות און מרה שחורה, אז מען איז מפקיר די אויגן איז זייער ביטער, אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען די פרנסה. זע דיין טעלעפאן זאל זיין ריין, לייג ארויף א שטארקע פילטער, שפיל נישט אויס, נישטא וועם אויסצושפילן, קענסט זיך אליינס אויסשפילן, און דיינע קינדער וועלן אויך אויסשפילן; דו ווילסט דאך ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.