בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א ברסלב'ער צייטונג האט אביסל נייעס, און דער עיקר תורה, תפילה ויראת שמים
שטעטל, גליון, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, רעדאקטאר שטעטל בלעטל, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אויב דו זאלסט מאכן א נייעס אינעם צייטונג פון דעם אז מנחם איז געווארן א מיטגליד אין די פלענינ"ג באור"ד; יא, דו קענסט מאכן א נייעס, זאלסט אבער געדענקען די ציל פון אונזער צייטונג, אונזער צייטונג "שטעטל בלעטל" - האבן מיר געעפנט פאר איין ציל. היות עס איז דא מענטשן וואס זיי זענען נישט דערביי פון נעמען שבת ביינאכט א חומש, אדער משניות, וכדומה, אזוי אויך שבת נאכמיטאג, אנשטאט נעמען א תהילים און זינגען צום אייבערשטן די זיסע פסוקים, אים דאנקען פאר די וואך וואס איז אריבער און בעטן פאר די נייע וואך וואס קומט, - וועלן זיי ענדערש זיצן מיט א צייטונג און קוקן נייעס וכדומה. דעריבער האבן מיר געמאכט די צייטונג אריינצוברענגען דעם רבינ'ס עצות און שכל אין די וועלט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "כִּי בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", מיט חכמה, מיט דריידלעך - זאלסטו זיך קריגן מיט'ן יצר הרע; האבן מיר געמאכט די צייטונג פארשטעלט מיט נייעס, פארשטעלט מיט בילדער, און אונטער די בילדער און נייעס איז באהאלטן כבוד אלוקים.


איך וועל דיר שרייבן א ביישפיל ווי אזוי מען פלעכט א נייעס מיט שכל און עצות פון רבי'ן, איך האף דו וועסט זיך אויסלערנען מיט דער צייט ווי אזוי צו מאכן דעם בלעטל:


פון ליבערטי קומט אריין די גוטע נייעס, א חשוב'ער אינגערמאן מיט'ן נאמען מנחם שטיינבערג הי"ו איז ערוועלט געווארן דורכ'ן טאון לעגיסלאטאר צו ווערן א חלק פון די פלענינ"ג באר"ד פון ליבערטי.


מען זעט די סיעתא דשמיא אויף טריט און שריט; קום צוויי יאר צוריק האבן זיך אנשי שלומינו ארויסגעצויגן קיין ליבערטי, מען האט מייסד געווען א שטעטל על שם רבינו. זומער שנת תשע"ט האבן זיך ארויסגעצויגן א מנין משפחות, מען האט געעפנט מוסדות ווי מיר זענען מחנך די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויפ'ן וועג פון רבי'ן.


אלע וואונדערן זיך, 'וואס איז די סוד פון די ברסלב'ער שטעטל? ווי אזוי בליט דאס אזוי שיין? יעדע וואך ציען זיך ארויס נאך משפחות, עס האלט שוין ביי קרוב צו הונדערט משפחות כן ירבו; וואס איז זייער סוד? וואס איז פשט אז אינגעלייט פון שטעטל זיצן שוין ביי מיטינגען פון די רעגירונגס באאמאטע?'


דער סוד איז תפילה! נישטא קיין ריר אין שטעטל וואס זאל נישט זיין אין דעם הויפענעס תפילה; נישטא קיין שטיינדל אין שטעטל וואס זאל נישט ליגן אונטער דעם תפילה.


מיר בעטן די חשוב'ע ליינער, נעמט נישט אן וואס מיר שרייבן, גייט אליינס אריבער אין שטעטל, כאפט א שמועס מיט די אינגעלייט וואס וואוינען דארט, וועט איר זיך אליינס איבערצייגן וואס איר ליינט, איר וועט שטיין מיט אן אפענעם מויל ווען איר וועט הערן די וואונדערליכע מעשיות פון תפילה פון פשוט'ע אינגעלייט; אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה - האבן די השגה וואס צדיקים האבן משיג געווען נאך שווערע עבודות, דאס איז דער כח פון הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אנשים פשוטים מאוד און ברענגט אונז צו די הויכע זאכן.


זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט דעם אינגערמאן מנחם שטיינבערג. מנחם איז א תלמיד פון ישיבה, ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די דרייצן יאר צו קומען לערנען אין ישיבה, זיינע עלטערן - אזוי ווי אלע עלטערן וואס הערן לשון הרע אויף אונזער ישיבה - האבן נישט געוואלט ער זאל קומען לערנען דא, מען האט אים געפייניגט מיט שרעקליכע פיין, ווען זיי האבן איינגעזען אז עס העלפט נישט די אלע פיין, דער בחור מנחם איז שטארק ווי א לייב, ער וויל גיין לערנען נאר אין ברסלב - האבן זיי אים אריינגעלייגט אין תפיסה ער זאל נישט קענען קומען אין ישיבה, ביז די שטאט האט זיך אריינגעמישט, מיט די הילף פון עסקנים און מיט די הילף פון מרת ... תחי' האט מען אים אריינגעלייגט אין ישיבה.


מנחם האט יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין די ניין און ניינציגסטע מאל ששה סדרי משנה. דאס איז אן אינטערעסאנטע זאך; געווענליך די אלע שושקעס, די אלע וויכטיג מאכערס וואס שטופן זיך אריין ביי די הויכע פענסטער - זענען אינגעלייט וואס לערנען נישט און דאווענען קוים, זיי זוכן סיפוק פאר זייער הונגעריגע נשמה, די בארד און פיאות ווערט קערצער און ווייניגער וכו'; אין ברסלב איז עס אנדערש, דיקא די פלייסיגע אינגעלייט וואס פארפעלן נישט זייערע שיעורים כסדרן, זיי לערנען בהתמדה רבה, - דיקא די אינגעלייט וואס האבן שיינע פיאות מיט פילע בערד - די זענען די וויכטיג מאכערס, די קנאקערס וכו'.


עד כאן הנייעס.


קענסט עס צופיצן, קענסט ארום דרייען; איך שיק דיר א ביישפיל ווי אזוי א נייעס אין די ברסלב'ער צייטונג דארף זיין, פינטלעך פון די נייעס און דער עיקר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.