בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הערט אויף רעדן מיט מענטשן פון חלומות
חלומות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע אייערע חלומות וכו'; רבי נתן פלעגט זאגן, ווען מען פלעגט אים דערציילן חלומות: "ענדערש זאלסטו מיר דערציילן וואס דו טראכסט ווען דו ביסט אויף, ווי איידער צו הערן דיינע חלומות".


דאס זעלבע זאג איך אייך, איך ווייס נישט ווער עס האט אריינגעברענגט די צעדרייטע זאך פון רעדן פון חלומות; מען קען שוין נישט רעדן עפעס אנדערש, נאר פון חלומות, עס איז זייער נאריש.


אפילו ווען מען חלומ'ט זיך עפעס און מען וויל די חלום זאל מקוים ווערן - דארף מען דאס נישט דערציילן פאר אנדערע, נאר טון וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות חלום, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁרוֹצֶה שֶׁיִּתְקַיְּמוּ חֲלוֹמוֹתָיו", ווער עס וויל זיינע חלומות זאלן מקוים ווערן, "יִכְתֹּב אוֹתָם בְּפִנְקָסוֹ וְאֶת הַיּוֹם וְאֶת הַשָּׁעָה וְאֶת הַמָּקוֹם", זאל דאס פארשרייבן אין א ספר, ער זאל שרייבן פונקטליך ווען עס איז געווען; די טאג, די שעה און די פלאץ; דער רבי זאגט נישט מען זאל רעדן דערפון.


איך בעט אייך זייער, הערט אויף רעדן מיט מענטשן פון חלומות; רעדט מיט אלעמען שיינע וואַכעדיגע זאכן, נישט פון דמיונות.


געדענקט, מען חלומ'ט וואס מען טראכט בייטאג.