בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואויל איז דיר אז דו האסט א געפיל פאר הדפסת והפצת ספרי רבינו
הפצה, הדפסה, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו האסט א געפיל פאר הדפסת והפצת ספרי רבינו בעולם; ווען אימער מען דארף הילף מיט געלט, מיט רצון, מיט טירחא - קומסטו העלפן, דו ראטעוועסט דעם מצב.


יעצט האסטו מנדב געווען די נייע מאשין וואס שניידט די פאפיר, אזוי אויך האסטו מנדב געווען די נייע וועבסייט "ברסלב עניטיים", הפצה א"ן ליי"ן.


דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט נחת ביי דיינע קינדער און מיט גרויס שפע.