בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא
סקול, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך הער זייער גוטע גריסן פון די מנהלת אז איר טוט אייער ארבעט זייער געטריי מיט גרויס אחריות; איר זענט זייער געטרייע אין סקול מיט די בעבי-סיטינג, איר געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די קינדער מיטן גאנצן הארץ.


וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.