בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי ארבעט מען אויף שלעכטע מדות?
מדות טובות, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' שמואל אייזיק זכרונו לברכה; אמאל האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


וויסן זאלט איר אז יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן. דאס וואס א מענטש מיינט שטענדיג אז אלעס קומט זיך אים, און אז ער איז אייביג גערעכט דאס קומט פון די בלוט וואס מען האט נאך נישט אויסגעארבעט. אויף דעם האט אונז דער רבי געגעבן אן עצה פון "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ פארן אייבערשטן, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק עס באדערט אים אז ער האט די נישט גוטע מידה וכו' וכו', נאר דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען אויסארבעטן א מידה. למשל אז א מענטש איז געשלאגן מיט די מידה פון כעס, ממש געפערליך, ער רעגט זיך אויף און ער פארלירט זיך וכו' איז נאכדעם ווען ער קומט צו זיך, ער כאפט זיך וואס ער האט געטון דארף ער דאס אויסרעדן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז פאר'ן קריג זענען אנגעקומען בחורים פון פוילן קיין אומאן און ווען די קריג האט אויסגעבראכן זענען זיי שטעקן געבליבן אין אומאן, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט וואו צו וואוינען האבן זיי זיך מסדר געווען אינעם קלויז. דער שמש האט דאס נישט ליב געהאט און ער פלעגט זיי ארויסטרייבן און שרייען אויף זיי: "גייט אייך פון דאנעט!" שפעטער פלעגט מען הערן ווי ער וויינט ביים רבינ'ס ציון: "רבונו של עולם, וואס וויל איך פון די בחורים? וואס שריי איך אויף די בחורים? זיי האבן דאך נישט קיין שטוב, זיי זענען דא פארווארפן", נאכדעם האט מען געמיינט און מען איז געווען זיכער אז דער שמש וועט מער נישט שרייען אויף זיי, אבער אביסל שפעטער האט זיך דאס איבער גע'חזר'ט נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט זיך גערעגט אויף זיי און נאכדעם געמאכט התבודדות פארוואס ער רעגט זיך, האט מוהרא"ש געזאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד, אפילו ער פארלירט זיך נאכאמאל און נאכמאל גייט ער אלץ צוריק צום אייבערשטן און בעט דער אייבערשטן 'העלף מיר באשעפער איך זאל זיך נישט אויפרעגן'".


דאס איז די עצה פאר שלעכטע מידות, דאס צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אין אנהייב איז דאס זייער שווער ווייל דער מענטש וויל זיך נישט זען אין שפיגל ווי אזוי ער איז נאקעט וכו', עס איז גרינגער אוועק צו דרייען דעם שמועס אויף סתם תפילות ובקשות, דעריבער וועט דאס זיין שווער אויס צו דערציילן. אבער אז מען ברעכט דאס דורך, מען טוט זיך אויס פארן אייבערשטן און מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלע שלעכטע מחשבות און שלעכטע נאטורן, יעדן טאג נעמט מען אפאר מינוט און מען בעט דעם אייבערשטן: "וואס וועט זיין מיט מיר? איך האב די שלעכטע מידה און דאס האב איך געטון צוליב דאס", ווערט דאס בעסער, און מיט די צייט ארבעט מען אינגאנצן אויס די מידות.


דאס האט דער רבי געזאגט פאר ר' שמואל אייזיק: "שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


איך האב הנאה יעדעס מאל איר שרייבט מיר.