בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווילסט לערנען ביי מיר? בלייב אין ישיבת היכל הקודש אין דיין שטאט
ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אז דו ווילסט קומען קיין אמעריקע לערנען ביי מיר; איך זאג דיר, אין ישיבת היכל הקודש אין ירושלים, ביים מגיד שיעור האברך משה שמואל נרו יאיר - איז אזוי ווי דו לערנסט ביי מיר.


אויך האבן מיר געעפנט א ישיבה אין קרית ברסלב, איך זאג אלע בחורים, ווילסט לערנען ביי מיר? - בלייב אין קרית ברסלב אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.